מכתב יומי

ג שבט תשע"ט

January 09 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ...  נרו יאיר.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט) אז דער עיקר וואס א מענטש פאלט אראפ אין די תאוה הידועה קומט פון עצבות און מרה שחורה.


עצבות און מרה שחורה ברענגט נישט קיין גוטס; דערפאר דארפסטו זיך שטארקן מיט אלע דיינע כוחות אוועק צו שטופן די עצבות און מרה שחורה פון דיר. רעד זיך נישט איין אז דאס וואס דו גייסט ארום אזוי צעקלאפט און מסופק צי דו ביסט 'יא' צי דו ביסט 'נישט', צי מען דארף דיר 'יא' צי מען דארף דיר 'נישט' - קומט פון די קדושה, די אלע צעדרייטע מחשבות וואס שווימען דיר אין קאפ צי דו וועסט נאך 'יא' האבן א תיקון צי דו וועסט 'נישט' האבן א תיקון - דאס האט גארנישט צו טון מיט קדושה, דאס איז סתם קאפ ווייטאג וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש כדי אים צו קענען נאכדעם אוועק רייסן פונעם אייבערשטן.


אנשטאט זאלסט אזויפיל טראכטן פון דיר, אנשטאט צו שפעקולירן צי דו ביסט א 'יא' צי א 'נישט', לייג דער 'זיך' אין דער זייט און זיי פארנומען מיט'ן טון גוטס. וואס איז דיר א חילוק וואס דו ביסט? וואס גייט דיר אן צי דו ביסט 'יא' צי 'נישט'? און ווען דו זעסט אז דו ביסט אראפ געפאלן ווערסטו אזוי צעשאקעלט אז דו פאלסט אריין אין עצבות ומרה שחורה, ענדערש טראכט פונעם אייבערשטן, טראכט וואס דו קענסט טון פארן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר, אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, וָואלְט דָאס מִיר גָארנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן"; מען טאר זיך נישט צעברעכן פון גארנישט אויף דער וועלט. אפילו מען זעט זיך ווי מען פאלט אראפ אין נישט גוטע זאכן דארף מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן און תשובה טון אויף די עבירה.


גיי אין שול דאווענען מיט מנין און שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער; גיי נישט צו דיין ארבעט פאר דו טוסט אן טלית ותפילין.


א גוטן טאג.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת בא, ג' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ...  נרו יאיר.


לייג אלעס אוועק און גיי אהיים צו דיינע קינדער; דאס זאל ביי דיר זיין די ערשטע זאך אויף דיין ליסט צו ערלעדיגן.


רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב מחנך צו זיין מיינע קינדער, פונקט ווי אויפשטיין זאגן 'תיקון חצות'"; רבי נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים פון חדר ווייל ער האט זיי געוואלט מחנך זיין; ער האט זיי געוואלט מחנך זיין צו מאכן ברכות, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי און זיי מחנך זיין אנגצורייטן נעגל וואסער וכדומה, וואס אזא חינוך בלייבט אויף אייביג; און דערפאר האט ער נישט געקענט גיין שלאפן פרי, אבער דאס איז אים געווען פונקט אזוי חשוב ווי די עבודה פון חצות.


א קינד וועם די עלטערן האבן שיינערהייט דערמאנט נאכט נאך נאכט צו ליינען קריאת שמע קומט דאס אן גרינגער צו טון במשך א גאנץ לעבן.


וויסן זאלסטו אז דיינע קינדער פארשטייען אלעס און זעען אלעס, אפילו זיי זענען נאך יונג; דערפאר אז דו ווילסט זען נחת פון דיינע קינדער דארפסטו זיך פירן מיט יראת שמים. א קינד וואס זעט ווי זיין טאטע פירט זיך מיט יראת שמים, ער זעט זיין טאטע אנגרייטן נעגל וואסער און ליינען קריאת שמע פארן שלאפן, ער הערט ווי זיין טאטע רעדט איידל, ער שרייט נישט און שעלט נישט, וועט דאס קינד אויך זיין אן ערליכער איד און נאכמאכן זיין טאטע, אזא קינד ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער אויך ליינען קריאת שמע און אנגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין און ער וועט אויך רעדן איידל און שיין.


א גוטע נאכט.