מכתב יומי

ב תשרי תשפ"ג

September 27 2022

בעזרת ה' יתברך - מוצאי ראש השנה תשפ"ג, פה אומאן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה תשפ"ג, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; דארפן מיר זיך זייער פרייען. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח מאוד כל השנה".


איך האף דו וועסט מיט נעמען דאס וואס מיר האבן גערעדט במשך יום טוב, זיך קובע זיין שיעורים אין גמרא און משניות. האלט מיט זיך א משניות, אזוי וועסטו במשך דעם טאג אנקומען צו לערנען אכצן פרקים משניות.


איך פאר שוין אוועק פון אומאן, מיר האבן א לאנגע וועג. מיר פארן פון אומאן קיין וויניציע, דארט נעמען מיר דעם באן ארויס פון אוקריינא קיין פוילן, קיין פשעמישל. פון דארט פארן מיר קיין ריישא, פון דארט קיין ווארשא, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קומען מיר אן קיין אמעריקע דאנערשטאג ביינאכט.


שבת תשובה, יום הקדוש און יום טוב סוכות וועל איך זיין אם ירצה השם אין וויליאמסבורג.


א גמר חתימה טובה.