מכתב יומי

כט אלול תשפ"ב

September 25 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וילך, ערב ראש השנה שנת תשפ"ג לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


היינט ערב ראש השנה זאלסטו זיך אנגרייטן מיט די ריכטיגע הכנות לקראת דעם יום הגדול. גלייך נאך שחרית זאלסטו מאכן התרת נדרים, און היי יאר דארף מען געדענקען צו מאכן א פרוזבול.


גיי צום ציון, זאג די תיקון הכללי און זיי זיך מתודה אויף אלע עבירות. די עבירות וואס דו געדענקסט זאלסטו אלעס דערציילן דעם אייבערשטן, אויך זיי זיך מתודה בכלליות אויף אלע עבירות וואס דו געדענקסט נישט.


מען פירט זיך צו פאסטן ביז חצות, פארשטייט זיך דאס איז נאר אז מען שפירט זיך גוט; אז מען איז שוואך פון טלטול הדרך – דארף מען נישט פאסטן.


געדענק זיך אפצושערן לכבוד יום טוב און גיין אין מקוה – זיך מטהר זיין פאר אזא גרויסע טאג.


רוף אהיים דיין ווייב, וואונטש איר אן א גוט יאר. אויך זאלסטו רופן דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן און דיינע זיידעס. אויב זיי שרייען אויף דיר, זיי מאכן חוזק פון אומאן, זאלסטו נישט ענטפערן, נאר זאגן שטילערהייט: "רבונו של עולם, נעם אן די בזיונות און דאס זאל זיין פאר מיר א כפרה".


ראש השנה זאלסטו נישט רעדן, רעד נאר צום אייבערשטן; בעט פאר דיר און פאר גאנץ כלל ישראל.


ערב ראש השנה מאכט מען א פדיון נפש פאר זיך און פאר די משפחה. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט) ווען ער וואלט געהאט א פלאץ צו מאכן פדיון נפש – וואלט ער געמאכט א גאנצן טאג פדיון נפש.


יעצט ווען די יאר ענדיגט זיך, וויל איך מאכן מיט דיר א חשבון פון די שיינע זאכן וואס מיר האבן געטון די יאר, שנת תשפ"ב אין די קהילה; נאר בזכות וואס דו העלפסט מיר, מיט אלע אנשי שלומינו.


די יאר האבן מיר געעפנט די חדר און מיידל שולע אין ירושלים, די יאר האבן מיר געעפנט די מיידל שולע אין קרית יואל, די יאר האבן מיר געמאכט אין שטעטל די מקוה טהרה, אויך די מקוה מלכה. אויך האבן מיר געענדיגט דריי שול'ן אין שטעטל, בית המדרש אשר בנחל, בית המדרש עצתו אמונה און בית המדרש מקור השמחה.


מיר האבן געמאכט די מצה בעקעריי, מיר האבן געקויפט דעם נייעם בנין פאר'ן בית הדפוס, מיר האבן געקויפט דעם קאנטרי אילן החיים און מיר האבן געקויפט דעם בנין אין שטעטל פאר'ן קיאסק און פאר'ן באזאר.


עס איז ארויס צוויי שיינע סידיס ניגוני אמונה, עס איז ארויסגעקומען פרישע ספרים, עצתו אמונה, איש אמונות, חזית איש, שפתי תפתח, מעשה'לעך, און נאך אסאך שיינע זאכן וואס מיר האבן געטון אין די יאר שנת תשפ"ב.


אויך איז ארויס די נייע עפפ און די נייע ברסלב'ע וועבזייטל ברסלב עניטיים.


דאס אלעס קען איך טון נאר צוליב דיר און אלע אנשי שלומינו, יעדן איינעם באזונדער.


איך בעט דיר זייער, לכבוד דעם נייעם יאר שנת תשפ"ג זאלסטו מיר העלפן און זיכער נישט שטערן. די גרעסטע זאך וואס דו קענסט מיר העלפן - אז דו זאלסט נישט האבן קיין פיינטשאפט צו קיינעם, דו זאלסט ליב האבן יעדן איינעם, זוכן דאס גוטס אין יעדן איינעם, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן, נישט טראגן און נישט ברענגען קיין לשון הרע; נאר אזוי וועלן מיר זוכה זיין צו ת'הא ש'נת פ'דות ג'אולתינו. דורך שלום, דורך אהבת חנם – וועלן מיר זוכה זיין צו משיח.


א זיס יאר.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וילך, ערב ראש השנה שנת תשפ"ג לפרט קטן


 מרת ... תחי'


מיר שטייען יעצט ערב דעם גרויסן הייליגן טאג, ערב ראש השנה; מען גייט משפט'ן יעדן איינעם אלעס וואס גייט פאסירן מיט אים דורך די יאר.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ח:): "במדה שאדם מודד בה", אויף די וועג ווי אזוי א מענטש פירט זיך, "מודדין לו", אזוי פירט מען זיך מיט אים; אז מיר וועלן מוחל זיין איינער דעם צווייטן, מען וועט יעדן ליב האבן – וועט דער אייבערשטער אונז מוחל זיין, דער אייבערשטער וועט אונז ליב האבן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט אלץ זאגן: "מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס פאר א מדריגות דער רבי וועט אונז צוברענגען אז מיר וועלן זיך האלטן באחדות, מיר וועלן זיך ליב האבן"; בפרט די פרויען, אויב וועלן זיי זיך ליב האבן, זיך נישט קריגן – וועלן מיר זוכה זיין צו זייער שיינע זאכן.


בעט איך אייך זייער, לכבוד דעם נייעם יאר הבא עלינו לטובה, ת'הא ש'נת פ'אר-ג'ינען, ת'הא ש'נת פ'אר-ג'עבן; אז מיר וועלן פארגעבן און פארגינען – וועט דער אייבערשטער אונז פ'אר-ג'וטיגן און אונז געבן גרויס שפע, פ'רנסה ג'דולה.


איך בעט פאר אייך, איך בעט פאר אלע אנשי שלומינו און פאר אלע אידן, מיר זאלן האבן א גוט יאר, א זיס יאר, א פ'רייליכע ג'עשמאקע יאר, א יאר פ'ול מיט ג'ליק.


טאנצט פאר שמחה אז אייער מאן איז אין אומאן, ער איז ביים גרעסטן לויער, ביים גרעסטן דאקטער, ביים גרעסטן צדיק, ראש כל הצדיקים, דער רבי פון אלע רבי'ס; אייער מאן וועט אהיים ברענגען א גוט יאר פאר אייך און פאר די גאנצע משפחה.


א זיס יאר.