מכתב יומי

ד תשרי תשפ"ג

September 29 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וילך, ד' תשרי תשפ"ג, לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט געקומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה מיט דיינע קינדער.


די יאר איז געווען אן אויסנאם ראש השנה, אלע אנשי שלומינו וועם מען טרעפט נאר, אלע זאגן אז די יאר איז אן אויסנאם יאר. לויט די תפילות וואס אנשי שלומינו האבן געמאכט, די בענקעניש און גליסטעניש וואס מיר האבן געהאט, פאר לאנגע חדשים דריידט זיך ביי יעדן פון אונז די קישקעס און די קאפ מיט די פראגע אויב דאס יאר וועלן מיר אויך זיין ביים רבי'ן, און ברוך השם מיר האבן זוכה געווען.


איך בין נאך דערווייל אונטערוועגנס, איך געפון זיך יעצט אין ווארשא לופט פעלד, נאך אביסל גייען מיר ארויף אויפ'ן פליגער, מיר גייען פארן אכט שעה אם ירצה ה'; היינט נאכט קומען מיר אן צוריק קיין אמעריקע.


ווען דו קומסט אן אהיים זאלסטו נישט אויפהערן דאנקען דיין ווייב תחי' פאר'ן דיר לאזן פארן צום רבי'ן, און פאר'ן בלייבן קרוב צו צוויי וואכן מיט די קינדער. עס איז איר נישט גרינג געווען, בפרט פאר אנשי שלומינו וואס שיקן די קינדער ביי אונזערע מוסדות, ווען מיר זענען פארמאכט די גאנצע צייט, פון ווען מען פארט ביז מיר קומען צוריק, זאלסטו איר באדאנקען און אויסלויבן.


בכלל דארפסטו וויסן אז ביים רבי'ן איז שלום בית א חלק פון עבודת השם, דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן לויבן און כבוד געבן די ווייב (עיין שיחות הר"ן סימן רסג, רסד).


די וואך איז א קליינע פרשה, פרשת וילך. הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, הויב אן די יאר מיט יראת שמים און דבקות בה'. לערנען חומש רש"י מיט'ן תרגום ברענגט צו דביקות בה' יתברך.


א גמר חתימה טובה.


~~~


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וילך, ד' תשרי תשפ"ג, לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען נאך אונטערוועגנס, די נסיעה איז נאכנישט פארטיג, מען שלעפט זיך פון איין פלאץ צום צווייטן; דאך זענען מיר אזוי פרייליך, מיר האבן נישט קיין ברעקל חרטה פאר'ן קומען קיין אומאן. די אלע וואס זענען געווען ביים רבי'ן און אויך די אלע וואס האבן געוואלט קומען און זיי האבן נישט געקענט קומען – האבן זיכער אויסגע'פועל'ט א זיסע יאר.


עס איז א לאנגע נסיעה, אבער עס לוינט זיך. אז רבי נתן איז געווען גרייט אראפצוקומען נאכאמאל אויף די וועלט צו קענען נאכאמאל זיין אין אומאן – דארפן מיר זיכער זיין גרייט צו קומען קיין אומאן אפילו מען דארף זיך שלעפן מיט א באס צום טרעין און פון די טרעין צום באס, און פון באס צום האטעל, און פון האטעל צום באס און פון באס צום פליגער, און פונעם פליגער צו נאך א פליגער, און מען איז נאכאלץ נישט פארטיג... אזוי ווייטער יעדער איינער מיט זיין נסיעה, אבי צו זיין ביים רבי'ן.


היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור, און איך ווייס נאכנישט אויב עס וועט זיין א שיעור מאנטאג נאכט, ערב יום הקדוש, איך וועל דיר לאזן וויסן. איך דארף קומען צו מיינע כוחות, אויך דו דארפסט זיך אפרוען און קומען צו די כוחות.


יעדע מאל דו ווילסט געבן א קרעכץ פון די טלטול הדרך – זאלסטו זיך דערמאנען און זיך פרעגן: 'פון וואו קום איך? וואו בין איך געווען? אה, אין אומאן! אה, שכוח אייבערשטער איך בין געווען ביים רבי'ן!' דאס וועט דיר געבן כח.


א גמר חתימה טובה.