מכתב יומי

ה אדר א' תשע"ט

February 10 2019

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


 


שטארק זיך טייערער ברודער; זוך אויף אין דיר גוטע זאכן, גוטע נקודות, ווייל אפילו פושעי ישראל זענען אנגעפילט מיט מצוות אזוי ווי א מילגרוים (ברכות נז:).


אז מען טרעפט אין זיך גוטס הייבט זיך אויף די געפיל פונעם מענטש און מען קען אריין כאפן נאך גוטס; ווען מען קוקט אויף זיך גוט קוקט מען נאכדעם גוט אויך אויף די ווייב און קינדער, און אלעס ווערט גוט.


דערפאר בעט איך דיר זייער ליבער ברודער, זיי זיך דן לכף זכות און זוך אויף גוטע זאכן וואס דו האסט און זיי זיך מחי' מיט דעם; זיי זיך מחי' מיט דעם אז מיר זענען אידן און מיר זענען נישט קיין גוים, מיר זענען אויסדערוועלט ביים אייבערשטן.


געדענק אז ביים רבי'ן איז דער עיקר: "זיך דערהאלטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.