מכתב יומי

ד אדר ב' תשע"ט

March 11 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


וויסן זאלסטו אז מיט איין גוט ווארט קענסטו געבן פאר א מענטש לעבן!


מענטשן מיינען אז מען דארף געבן א טיפ פון געלט וכו' פאר א צווייטן יענעם אונטער צו קויפן וכו', אבער באמת דארף נישט יענער דיין געלט - ער דארף דיין גוט ווארט, א גוט ווארט איז מער ווערד ווי די גאנצע געלט פון די וועלט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות קיא:) אויפ'ן פסוק (בראשית מט, יב): "וּלְבֶן שִׁנַּיִם מֵחָלָב" - טוֹב הַמַּלְבִּין שִׁנַּיִם לַחֲבֵרוֹ יוֹתֵר מִמַּשְׁקֵהוּ חָלָב, א שמייכל פאר א צווייטן, א גוט ווארט, אדער א קאמפלימענט איז מער ווערד פון אלעס אויף דער וועלט.


וואויל איז דער מענטש וואס געוואוינט זיך איין מיט די גוטע מידה צו טראכטן פון מחי' זיין א צווייטן מיט א גוט ווארט; וואו ער גייט און וואו ער שטייט געבט ער אלעמען א גוט ווארט. אנגעהויבן מיט'ן פאסט טרעגער, מען געבט א שמייכל און מען זאגט: "א גוט מארגן", "א גוטן טאג". אדער ווייזט מען ארויס מיטלייד: "א שאד אז דו שלעפסט זיך אין אזעלכע קעלט", "איך האב רחמנות אויף דיר אז דו ארבעסט אין אזעלעכע היצן", מיט אזא קליינע ווארט האסטו אים געמאכט זיין טאג.


אדער דער וואס איז געשטעלט צו רייניגן וכו', זאגסט אים איין גוט ווארט: "ממש א מחי' אריין צו קומען אין אזא ריינע פלאץ", "אזא גוטע גערוך שפירט זיך דא", "יישר כח פאר'ן מאכן אזוי געשמאק" - האסטו אים געטוישט זיין גאנצע טאג צום גוטן.


דעריבער בעט איך דיר זאלסט זיך צוגעוואוינען צו געבן יעדן איינעם א גוט ווארט, אויך זאלסטו דאס אויסלערנען פאר דיינע קינדער. זיי זיי מחנך צו רעדן שיין צו יעדן איינעם און צו געבן א גוט ווארט פאר יעדן איינעם; לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן זאגן יישר כח פאר זייער מלמד און טיטשער, פאר זייער באס דרייווער, וואו זיי גייען זאלן זיי זיך באדאנקען.


מארגן נאכט וועט אם ירצה ה' פארקומען א פרויען צוזאמקום, זע אז דיין ווייב זאל קענען קומען ווייל איך האב זייער א וויכטיגע זאך זיי צו זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער טייערער ..., געב אכטונג אויף די כבוד פון דיין ווייב; קריג זיך נישט מיט איר, קוק מיט א גוט אויג אויף איר און רעד צו איר מיט דרך ארץ. אזוי ווי דער רבי האט אונז געהייסן רעדן מיט ליבשאפט און דרך ארץ (שיחות הר"ן, סימן רסד).


דו ווייסט דאך ווי שטארק דער רבי האט מקפיד געווען אז מען זאל האבן שלום בית און דו קענסט זיכער די מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט כסדר דערציילן, אז אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט ער זיך אנגערופן: "ווי וואגט זיך צו קומען צו מיין טיש איינער וואס האט נישט קיין ריינע מחשבות?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, אריין אין זיין צימער און נישט געוואלט ארויסקומען ווייטער פירן טיש וכו'. ווען איינער פון די יונגעלייט האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער, ער האט אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען די תורה; וואס איז געווען די מעשה מיט דעם יונגערמאן? דער יונגערמאן האט געהאט א סכסוך מיט זיין ווייב פאר ער איז געקומען צום רבי'ן, און צוליב דעם האט דער רבי שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש.


אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית; ווייל ביים רבי'ן איז געווען א יסוד צו האבן הייליגע מחשבות און א ריינע קאפ, אבער אז מען קריגט זיך מיט די ווייב האט מען נישט קיין מח, מען ווערט אויס מענטש און נאכדעם פאלט מען אראפ אין עבירות.


קליינע מיידלעך פארשטעלן זיך, אבער גרויסע מיידלעך פארשטעלן זיך שוין נישט, עס איז נישט קיין צניעות.


מארגן נאכט וועט זיין א פרויען צוזאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.