מכתב יומי

ה אייר תשפ

April 29 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן, מיר גרייטן זיך שוין אויפ'ן רבינ'ס ראש השנה; מיר האבן אנגעהויבן ארבעטן אין אומאן צוצוגרייטן דעם בנין אויף ראש השנה שנת תשפ"א הבא עלינו לטובה, אויך גרייט מען זיך שוין צו מאכן די פלענער אויף די עסן און בעטן.


איך האף אז דו וועסט זיין מיט אונזער חבורה ראש השנה, דו מיט דיינע קינדער; מיר וועלן האבן די יאר אויך די געטרייע מלמדים. די איבערגעגעבענע מלמדים וועלן לערנען און דאווענען מיט די קינדער די פאר טעג פאר יום טוב און אויך דורכאויס יום טוב.


החכם עיניו בראשו - א קלוגער מענטש טראכט וואס גייט זיין, זאלסטו זיך שוין איינשרייבן מען זאל דיר אוועקלייגן א בעט מיט עסן.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך אויפפרישן; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אלט טאר מען נישט זיין! עס איז נישט גוט צו זיין אן אלטער חסיד, אן אלטער צדיק, אלט איז נישט גוט"; מען דארף זיך כסדר באנייען, נישט נאכגיין דעם יצר הרע וואס וויל נאר דער מענטש זאל זיין אלט. מוהרא"ש זאגט, דערפאר רופט מען דעם יצר הרע מיט'ן נאמען (קהלת ד, יג): "מֶּלֶךְ זָקֵן וּכְסִיל", אן אלטער נארישער קעניג, ווייל דאס איז זיין ארבעט, ער מאכט אונז אלט; דערפאר דארפן מיר גיין פארקערט פון אים און זיך שטענדיג באנייען.


די הייליגע חכמים זאגן (ספרי ואתחנן פסקא ו, הובא בבית יוסף אורח חיים ריש סימן סא): "בְּכָל יוֹם יִהְיוּ בְּעֵינֶיךָ כַּחֲדָשִׁים", יעדן טאג דארף מען אנהייבן לערנען, דאווענען און דינען דעם אייבערשטן ווי א נייע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.