מכתב יומי
ד אלול תשע"ט
September 04 2019
‹ ›[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
הייב אן דעם טאג מיט דאווענען. לויף אין שול מיט דיין טלית ותפילין, קוק נישט אויף דעם נעכטיגן טאג און אויך נישט אויף דעם מארגנדיגן טאג; גיי יעצט אין בית המדרש טו אן טלית ותפילין און דאוון שחרית.
נאכ'ן דאווענען כאפ א טענצל: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז איך בין א איד"; שעם זיך נישט פון קיינעם מיט דעם וואס דו ביסט פרייליך, דאס וועט דיר געבן שטארקייט אלעס בייצוקומען.
ווארף אריין אפאר פרוטות אין פושקע פאר דו שטעלסט זיך דאווענען, די פאר פרוטות וועט דיר צוניץ קומען אויף יענע וועלט. געב פאר יעדע תפילה א פרוטה לצדקה, אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (בבא בתרא י.): "רַבִּי אֶלְעָזָר יָהֵיב פְּרוּטָה לֶעָנִי וַהֲדַר מְצַלֵּי", דער הייליגער תנא רבי אלעזר פלעגט געבן א פרוטה פאר אן ארעמאן און נאכדעם האט ער זיך געשטעלט דאווענען. דער הייליגער רמב"ם זאגט (פרק י' מהלכות מתנות עניים, הלכה טו): "גְּדוֹלֵי הַחֲכָמִים הָיוּ נוֹתְנִין פְּרוּטָה לֶעָנִי קוֹדֵם כָּל תְּפִלָּה וְאַחַר כָּךְ מִתְפַּלְּלִין, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים יז, טו): "אֲנִי בְצֶדֶק אֶחֱזֶה פָנֶיךָ", די גדולי ישראל האבן זיך געפירט צו געבן פאר'ן דאווענען א פרוטה לצדקה; און אזוי ווערט אויך גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן צב, סעיף י'): "טוֹב לִיתֵּן צְדָקָה קוֹדֵם תְּפִלָּה", עס איז גוט צו געבן צדקה פאר'ן דאווענען.
געב אפאר פרוטות פאר צדקה און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר העלפן, וועסטו זיכער זען גרויסע ישועות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדקה, סימן כז): "יִתֵּן לִצְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם, וְיִהְיֶה תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", מען זאל געבן צדקה מיט ביידע הענט, וועט אנגענומען ווערן די תפילה.
מארגן נאכט וועט מיט'ן איייבערשטנ'ס הילף זיין א שיעור, איך ווארט דיר צו זען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
משניות האט א כח ארויס צו שלעפן א מענטש אפילו ער איז שוין אראפ געפאלן אין טיפן אפגרינד, ער ליגט אין שאול תחתית. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן אז די ראשי תיבות פון די ווערטער (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי" איז נוטריקון משנה; אז א מענטש זאגט משניות נעמט עס אים ארויס פון שאול תחתית.
אז דו מוטשעסט זיך מיט ביטערע נסיונות, דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ אין עקלדיגע מעשים השם ישמרינו, ער וויל דיר אומגליקליך מאכן פאר דיין גאנץ לעבן, זאלסטו אננעמען דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד בתמימות ופשיטות (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). הייב אן זאגן יעדן טאג משניות; הייב אן מסכת ברכות און גיי אין א סדר א פרק נאך א פרק, ביז דו ענדיגסט איין מסכת נאכן צווייטן, אזוי זאלסטו ווייטער זאגן יעדן טאג ביז דו וועסט ענדיגן ששה סדרי משנה. נאכדעם זאלסטו אנהייבן נאכאמאל משניות פון אנהייב, דאס זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן.
יעצט אין חודש אלול זאלסטו זאגן אביסל תהילים יעדן טאג; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים, דעריבער אז מיר זענען יעצט אריין אין די טעג פון חודש אלול זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים.
ווארט נישט אויף קיין הרגשים און אויף א טעם אין דעם וכו', נאר זאג תהילים אזוי ווי דו שטייסט און גייסט. דער רבי האט אמאל געזאגט אז מען דארף באדאנקען דעם צדיק רבי רפאל פון בערשיד זכותו יגן עלינו - א תלמיד פון הרב הקדוש רבי פנחס מקאריץ זי"ע, אויף דעם וואס ער האט אריין געברענגט אין די וועלט אז מען קען זאגן תהילים אפילו קאלט אן קיין התעוררות. ער פלעגט זאגן פאר זיינע מענטשן: "זָאגְט אֲפִילוּ אַ קַאלְטְן קַאפִּיטְל תְּהִילִים, נָאר דֶער עִיקָר אִיר זָאלְט זָאגְן תְּהִלִּים"; דער רבי האט דאס זייער אויסגעלויבט ווייל ער האט אריין געברענגט אין דער וועלט צו זאגן תהילים.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.