מכתב יומי

ד חשון תשע"ח

October 24 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער שטארק אז דו זאלסט שטענדיג זען צו האבן מיט דיר א זעקל ספרים, קונטרסים אדער סידי'ס וכו', אז דו זאלסט קענען מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן; ווען דו וואלסט געוואוסט ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל א מענטש וואס איז עוסק אין הפצה, וואלסטו זיכער יעדן טאג עוסק געווען אין דעם.


אין זוהר הקדוש שטייט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא, קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא, דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי, ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט, כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי, קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף דער וועלט און נישט אויף יענער וועלט, עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ, ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".


ווען מען רעדט פון הפצה מיינט מען יעדע זאך וואס האט צו טון מיט הפצה; איינער קען מנדב זיין געלט צו דרוקן די ספרים, איינער קען העלפן דרוקן די ספרים, און איינער נעמט די ספרים און פארשפרייט דאס. דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, יעדן טאג ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי, פרעג דיר די קשיא: "וואס גיי איך היינט טון פאר א צווייטער איד? וואס גיי איך היינט טון צו לעכטיג מאכן פאר נאך א איד?"


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי-אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס וויל מתקן זיין וואס ער האט פוגם געווען אין פגם הברית, דער זאל עוסק זיין אין די מצוה פון צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פארעכטן וואס ער האט פוגם געווען - ווי צו עוסק זיין אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.