מכתב יומי
ה חשון תשפ
November 03 2019
‹ ›[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת לך לך, ה' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זע צו לערנען א דף גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט – זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, דאס וועט דיר העלפן זיך מתגבר זיין אויף די קליפה וואס איז מכשיל דעם מענטש אין פגם הברית, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד.
לייג זיך אריין אין אמונה וועסטו זיך קענען מתגבר זיין אויף דיין יצר הרע. ווען א מענטש לעבט מיט אמונה, ער ווייסט אז עס איז (ישעיהו ו, ג): "מְלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ", דער אייבערשטער איז איבעראל; דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים וועט ער זיך היטן פונעם יצר הרע וואס וויל אים מאכן איממגליקליך.
גיי נישט ליידיג, ווייל בטלה איז א שרעקליכע זאך, בטלה ברענגט צו אלע עבירות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:) "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיג גיין ברענגט צו אלעס שלעכטס; אז דו האסט ליידיגע צייט זאלסטו עוסק זיין אין תורה אדער אין חסד וכו' וכו', הלואי וואלסטו אויסגענוצט דיין פרייע צייט מיט הפצה, מזכה זיין נשמות ישראל מיט די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז מגלה די עצות פון רבי'ן אויף א גרינגע שפראך אז מיר זאלן עס קענען פארשטיין.
איך וועל דיר נאך שרייבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך
א' פרשת לך לך, ה' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
ווארט נישט אויף פרייטאג אדער שבת צו מעביר סדרה זיין די סדרה שנים מקרא ואחד תרגום; הויב אן פון אנהויב וואך צו לערנען חומש רש"י מיט'ן תרגום, זונטאג זאלסטו לערנען ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי אז ביז סוף וואך וועסטו האבן געענדיגט די גאנצע סדרה.
די גאנצע וואך איז אנדערש ווען מען לערנט יעדן טאג חומש רש"י, דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א איד דארף לעבן מיט דער צייט"; דאס הייסט מען דארף לעבן מיט די וואכעדיגע סדרה, יעדן טאג לערנען אביסל חומש רש"י און ארויס נעמען פון דעם התחזקות אנצוגיין מיט'ן לעבן.
וויסן זאלסטו אז חינוך הייבט זיך אן ביי זיך אליין; קינדער וואס זעען ווי דער טאטע גייט און שול יעדן טאג דריי מאל א טאג, וועלן אויך גיין אין שול דאווענען. קינדער וואס זעען ווי זייער טאטע מאמע רעדן שיין איינער צום צווייטן, מען איז זיך מכבד איינער דעם צווייטן, וועלן זיך אויך אזוי פירן, און אזוי אויך פארקערט, אויב דער טאטע דאוונט נישט און לערנט נישט, ער איז נאר פארנומען אוועק צו מאכן יעדן ערליכער איד וכו' וכו', וועלן די קינדער נישט זיין צופיל בעסער פון אים. אזוי אויך מיט אלעס אנדערש, קינדער וואס זעען ווי טאטע מאמע זענען מקפיד אויף נעגל וואסער וועלן זיי אויך זיין נזהר אין דעם, קינדער וואס זעען דעם טאטע'ן עפענען א גמרא יעדן טאג וועלן זיי אויך לערנען גמרא.
איך דארף לויפן צום דאקטער מאכן סטיטשעס פאר מיין קינד, איך קען נישט מאריך זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.