מכתב יומי
ד טבת תשע"ח
December 22 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך, און שבת טאר מען נישט זיין בעצבות"; דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין צו זיין פרייליך שבת. דער יצר הרע קומט צום מענטש מיט א פרומען פנים אז מען דארף זיין צעבראכן וכו', דארפן מיר געדענקען וואס דער רבי זאגט אונז אז שבת דארף מען זיין פרייליך.
אמאל איז ר' נתן געקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט אים געזאגט אז שבת דארף מען זיין פרייליך; ווען ר' נתן האט דאס געהערט איז ער גלייך געווארן צעבראכן אז ער איז נישט פרייליך. דער רבי האט גלייך פארשטאנען וואס ער טראכט, האט אים דער רבי געזאגט: "דאס דארף דיר אויך נישט אנגיין - אז דו ביסט נישט פרייליך".
דערפאר, אז עס קומט שבת, זע צו זיין פרייליך, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, אפילו דאס אז עס גייט דיר אן זאל דיך אויך נישט אנגיין; זע צו גיין אין מקוה לכבוד שבת און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן א פרייליכע שבת, סיי דו זאלסט זיין פרייליך און אויך דיין ווייב זאל זיין פרייליך.
זאלסט דיר אנגרייטן א שיינע מעשה פאר די סעודה פון ביינאכט און פאר די סעודה פון צופרי צו דערציילן פאר דיין ווייב אין קינדער. אזוי אויך זאלסטו זען צו זינגען זמירות ביי די שבת סעודות.
זע צו גיין דאווענען שבת אלע דריי תפילות אין בית המדרש; עס טוט זייער וויי פאר א פרוי צו זען ווי איר מאן שלאפט אריין, און גייט נישט אין שול. אפילו די ווייב זאגט גארנישט, אבער אינעווייניג ווערט זי אויפגעגעסן, עס באדערט איר, דאס מאכט אז דער מאן זאל ווערן אראפגעקוקט ביי איר וכו' וכו'.
דער אייבערשטער האט געמאכט א נס דעם פארגאנגענעם זאת חנוכה, ר' שלום מרדכי רובאשקין נרו יאיר איז באפרייט געווארן פון תפיסה; די נייעס האט אויפגעשטורעמט די גאנצע וועלט, יעדער איד פריידט זיך מיט די נס. מען זעט אז דער אייבערשטער הערט אויס די געבעט פון אידישע קינדער, מען זעט אז עס איז נישט דא קיין ייאוש אויף דער וועלט. דאס שטארקט אונז אלע אז מיר זאלן ווייטער בעטן פאר אידישע קינדער, מיר זאלן מתפלל זיין פאר אלע וואס דארפן א רפואה, פאר אלע וואס דארפן ישועות, ווייל יעדע תפילה קומט אן צום אייבערשטן.
די וואך האסטו שוין וואס צו פארציילן פאר דיינע קינדער, פארצייל פאר דיין ווייב און קינדער די גאנצע מעשה: "פרשת שלום מרדכי בן רבקה"; מען האט גענומען אן אומשולדיגער מענטש, מען האט אים איינגעשפארט אין תפיסה פאר לאנגע יארן, און אלע אידן פון די גאנצע וועלט האבן געבעטן פאר אים יעדן טאג, ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן ער איז באפרייט געווארן פון תפיסה אין דעם טאג זאת חנוכה. פארצייל זיי דאס גרויסקייט פון תפילה, אז דורך תפילה קען מען אלעס באקומען.
מען זעט די אחדות וואס איז דא ביי כלל ישראל; גאנץ כלל ישראל פריידט זיך מיט אים, אפילו מענטשן פון אנדערע קרייזן, מענטשן וואס האבן אים קיינמאל נישט געזען, מענטשן וואס קענען אים נישט - יעדער גייט ארום מיט א מורא'דיגע שמחה אויף די גרויסע נס. דאס ווייזט פארן אייבערשטן אז אלע אידן זענען פאראייניגט מיט א שטארקע אחדות, און דאס וועט ברענגען די גאולה שלימה בקרוב ממש.
א פרייליכן שבת.