מכתב יומי

ד טבת תשע"ט

December 12 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דאס וואס דו האסט בלבולים וכו'; געדענק דעם מאמר החכם: "הֶעָבָר אַיִן", וואס איז געווען איז שוין געווען, "וְהֶעָתִיד עַדַיִן", און וואס גייט זיין איז דאך נאך נישט דא "וְהַהוֹוֶה כְּהֶרֶף עַיִן", און די הוה איז דאך נישט מער ווי איין רגע, "דַאֲגָה מִנַּיִן", איז דאך נישט שייך צו דאגה'נען.


דער הייליגער רבי האט אונז בפירוש געזאגט מען זאל זיך כסדר באנייען און פארגעסן פונעם עבר (שיחות הר"ן סימן כו); וואס וועט דיר העלפן דאגה'נען? וואס וועסטו האבן פון זיך בייסן די ליפן א גאנצן טאג? ענדערש עפן דיינע ליפן צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיר העלפן.


איך האב יעצט געהאט א מיטינג מיט די טיטשערס פון אונזער סקול 'בית פיגא'; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז ממש נישט צום גלייבן אז עס געפונט זיך א סקול וואו מען איז מחנך מיידלעך מיט די ריינע אמונה, און מען טוט אלעס מיט אזא איבערגעגעבנקייט. יעדע טיטשער פאר זי זאגט עפעס פאר א קינד מאכט זי התבודדות צי זי זאל יא זאגן און ווי אזוי צו זאגן, און ווען די מיידלעך גייען אהיים מאכן זיך די טיטשערס א חשבון הנפש איבער יעדע מיידל ווי אזוי זיי קענען מער אויפבויען דאס קינד; אשרינו מה טוב חלקינו.


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסד; האברך היקר ... נרו יאיר, דער מנהל המוסד האט מיר איבערגעגעבן אז דו האסט אים ארויסגעהאלפן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.