מכתב יומי

ד טבת תשפ

January 01 2020

[אין דעם היינטיגן טאג זענען דא עטליכע בריוון און דערנאך די ביינאכט בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דעם קומענדיגן זונטאג פרשת ויחי הייבן מיר אן נאכאמאל לערנען ש"ס כסדרן, איך בעט דיר זייער מיין טייערער ..., הייב אן ש"ס, כאפ זיך מיט מיט'ן סדר וואס מען לערנט יעדן טאג; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס די בלאט גמרא וועט דיר געבן, עס וועט דיר געבן לעבן, דו וועסט זיין א פרייליכער מענטש, דו וועסט זיין א צופרידענער מענטש.


א בלאט גמרא וואשט אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס און ראטעוועט דעם מענטש פון טון שלעכטס; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית.


... נרו יאיר איך בעט דיר פון מיין הארץ, הייב היינט אן לערנען דעם היינטיגן בלאט, מסכת נדה דף ע, מיר האבן נאך דריי בלאט צו ענדיגן די מסכתא, שבת זענען מיר מסיים ש"ס און זונטאג וועלן מיר אנהייבן נאכאמאל ש"ס אם ירצה ה'. איך שרייב דיר דעם בריוועלע פון מיין הארץ, ווייל דו ביסט מיר אין מיין הארץ, דו ביסט מיר איינגעקריצט אין די טיפעניש פון מיין הארץ, איך וויל נאר זען גוטס ביי דיר.


...


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מיין הארץ איז פול מיט פרייד, מען שפירט אין די לופט די שמחה אז מען גייט זוכה זיין שבת צו מסיים זיין גאנץ ש"ס.


מה אשיב לה' כל תגמלוהי עלי, וואס קענען מיר באצאלן פאר'ן אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מיר האבן א רבי וואס האט רחמנות אויף אונז, ער נעמט אונז ארויס פון אונזער בלאטע, פון אונזער קטנות; ער לאזט זיך אראפ צו אונז מיר זאלן אויך זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן, ער האט אונז געגעבן א וועג צו לערנען, אפילו מען פארשטייט נישט זאל מען אויך לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער פון גמרא (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט אנהייבן לערנען ש"ס; מאך זיך א שיעור אין גמרא, אם ירצה ה' דעם קומענדיגן וואך, זונטאג פרשת ויחי הייבן מיר אן נאכאמאל ש"ס, און אז דער אייבערשטער וועט אונז געבן לעבן וועלן מיר אין זיבן יאר ארום זוכה זיין צו ענדיגן ש"ס; אז מען לערנט יעדן טאג א בלאט איז מען זוכה ביז זיבן יאר צו קונה זיין די גאנצע ש"ס.


איך האב געהערט זייער א שיינע ווארט פון ר' יצחק זאל זיין געזונט, די תורה זאגט (בראשית כט, יח): "וַיֶּאֱהַב יַעֲקֹב אֶת רָחֵל, וַיֹּאמֶר אֶעֱבָדְךָ שֶׁבַע שָׁנִים בְּרָחֵל בִּתְּךָ הַקְּטַנָּה", יעקב אבינו האט ליב געהאט רחל, ער האט געזאגט איך וועל ארבעטן פאר איר זיבן יאר; רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות ראש חודש, הלכה ה, אות כט): "רָחֵל זֶה בְּחִינַת תּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, כְּמוֹ שֶׁכָּתַב רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה בְּסִימָן יב בְּהַתּוֹרָה "תְּהִלָּה לְדָוִד", תורה שבעל פה רופט מען אן מיט'ן נאמען "רחל", האט רבי יצחק געטייטשט, יעקב אבינו, דאס איז יעדער איד - האט ליב די תורה שבעל פה, מען וויל לערנען ש"ס, "וַיֹּאמֶר אֶעֱבָדְךָ שֶׁבַע שָׁנִים בְּרָחֵל", אז מען לערנט יעדן טאג א בלאט גמרא, ביז זיבן יאר איז מען זוכה צו באקומען רחל - תורה שבעל פה.


הייב היינט אן מסכת נדה דף ע אזוי וועסטו אנהייבן זונטאג ש"ס.


...


בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פארשאף זיך א גמרא מסכת ברכות; היינט איז דא הערליכע גמרות "עוז והדר" מנוקד, א געפינטלטע ש"ס מיט הערליכע אותיות. איך וויל זייער שטארק זאלסט אנהייבן ש"ס, דו דארפסט נישט קויפן א גאנצע ש"ס אויף איינמאל, קענסט קויפן צוביסליך, יעדע מסכתא באזונדער.


איך וויל זייער דו זאלסט אויך זוכה זיין צו האבן א געשמאק אין לעבן, דו מיינסט אז דאס וועט דיר פרייליך מאכן אדער יענץ וועט דיר פרייליך מאכן, דו טראכסט אויב דו וועסט האבן ... וועסטו שוין זיין צופרידן, אבער איך וועל דיר זאגן דעם אמת, צופרידן וועסטו קיינמאל נישט זיין נאר אז דו וועסט לערנען תורה, א אידישע נשמה דארף איין זאך: "תורה"; א אידישע נשמה ווערט נישט זאט פון גארנישט אויף דער וועלט, נישט געלט וועט דיר פרייליך מאכן, גארנישט וועט דיר באפרידיגן נאר לערנען תורה.


איך ווארט דו זאלסט מיר מודיע זיין אויב דו הייבסט אן ש"ס כסדרן דעם קומענדיגן וואך זונטאג פרשת ויחי.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


חסדי השם יתברך אז מיר זענען זוכה צו ענדיגן ש"ס, נאך זיבן יאר לערנען טאג נאך טאג א בלאט האלטן מיר דא, מען גייט מסיים זיין ש"ס.


מיין הארץ איז אנגעפולט מיט לויב צום אייבערשטן אז ער האט רחמנות געהאט אויף מיין נשמה און מיר אנטפלעקט דעם הייליגן רבי'ן, איך האב זוכה געווען בזכיות חינם צו געפינען דעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט מיר אויסגעלערנט דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן עו), ער האט מיר געוויזן א וועג ווי אזוי איך קליינע מענטשעלע קען אויך זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן ש"ס.


איך בעט דיר מיין טייערער חבר ..., כאפ זיך ארויף אויפ'ן וואגן און הייב אן ש"ס, מאך זיך א שיעור אין גמרא, יעדן טאג לערנען לכל הפחות א בלאט גמרא. דו מוטשעסט זיך אזוי שטארק, דער יצר הרע ברענט אין דיר און ער האט דיר גוט אריין געכאפט אין זיין נעץ, דו ליגסט אין עבירות, דו קוקסט ניאוף רחמנא לצלן און דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לשיזבן, עס איז פארמאכט פאר דיר אלע טירן, דו שפירסט זיך ווי א פארלוירענער, אבער עס איז דא א וועג ארויס צו גיין פון די טומאה, דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): ווען משה רבינו איז געקומען צו פרעה בעטן ער זאל ארויס שיקן די אידן פון מצרים ווייל דער אייבערשטער וויל זיי געבן די תורה ביים בארג סיני, האבן אים די כישוף מאכער'ס געפרעגט: "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרִים?" דו ווילסט נעמען אידן וואס זענען עֲפָרִים אזוי ווי ערד - אויף זייער א נידעריגע מדריגה, און אין זיי ווילסטו אריין ברענגען 'תֶּבֶן' - געטליכקייט?! האט זיי משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי: לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", ער האט זיי געזאגט: "יא, מען קען נעמען א מענטש, אפילו ער איז טיף אין דער ערד; ער ליגט אין בלאטע, ער איז נעבעך אריין געפאלן אין גראבע עבירות, ער איז באמת א שטיק 'עָפָר' און אים צו ברענגען צו די גרעסטע מדריגות", אויב וועט דער מענטש אנהייבן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי" - זאגן און זאגן בלעטער גמרא, זאגן פרקים משניות, וועט ער זוכה זיין תשובה צו טון, "יַרְקָא" איז א לשון פון תשובה, עיין שם.


איך בעט דיר זייער נעם יעצט א גמרא, היינט איז דער דף מסכת נדה דף ע, און לערען דעם דף; אז דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט זאג די ווערטער, דער רבי זאגט בפירוש (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל דאס לערנען אליינס איז גרעסער פון אלעם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין.


איך ווארט דיר צו זען שבת ביים שבת סיום הש"ס.