מכתב יומי
ד כסלו תשע"ח
November 22 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט "התבודדות", אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין שפראך וואס ער איז געוואוינט צו רעדן, ער זאל אלעס פארציילן פארן אייבערשטן - בפרטי פרטיות. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אויס צו רעדן זיין הארץ צום אייבערשטן וועט ער זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות.
יעדער מענטש דרייט זיך ארום מיט שוועריקייטן, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט וועגן כל מיני פראבלעמען וואס ליגן אויפן הארץ, דאס מאכט א מענטש זאל ווערן דעפרעסט. אבער אויב מען נעמט עס ארויס פון זיך, מען דערציילט דאס אויס דעם אייבערשטן, דאן ווערט דער מענטש פרייליך.
שמחה ברענגט אלע ישועות, מיט שמחה גייט מען ארויס פון אלע פראבלעמען אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נה, יב): "כִּי בְשִׂמְחָה תֵצֵאוּ", מיט שמחה גייט מען ארויס פון גלות - יעדער פון זיין אייגענע גלות; דערפאר איז זייער וויכטיג עס זאל ארבעטן אין שטוב א גאנצן טאג סידי'ס פון פרייליכע ניגונים, כדי די גאנצע משפחה, די ווייב און קינדער זאלן זיין פרייליך, אז די ווענט זאלן מיט טאנצן פאר שמחה. איינמאל מען איז פרייליך זענען שוין האלב פון די פראבלעמען נישט דא, דער מח ווערט ברייטער, דער מח איז שוין נישט פארשלאסן.
צדיקים האבן געזאגט אז דער גאנצער חכמה פונעם קיסר נאפאליאן - ווי אזוי ער האט איינגענומען אלע מדינות - איז געווען, ווייל ער האט געברענגט מוזיק אויפן פראנט צווישן די סאלדאטן, זיי פלעגן גיין און מארשירן מיט מוזיק, דאס האט זיי געעגעבן די מוט און די שטארקייט צו מנצח זיין אלע גרויסע לענדער. דאס זעלבע איז ווען א איד איז פרייליך, ער פרייט זיך מיטן אייבערשטן, וועט אים זיין גרינגער צו זיין אפגעהיטן און הייליג.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט): "כִּי עִקַּר פְּגַם הַבְּרִית הוּא עַל יְדֵי עַצְבוּת כַּיָּדוּעַ, כִּי פְּגַם הַבְּרִית בָּא עַל יְדֵי הַקְּלִפָּה הַיְדוּעָה שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית, עַל שֵׁם שֶׁמְּיַלֶּלֶת תָּמִיד", דער עיקר פארוואס א מענטש פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית איז ווייל ער איז בעצבות, ער איז טרויעריג און דעפרעסט.
זע צו האבן אין שטוב גוטע ספיקערס מיט גוטע פרייליכע סידי'ס; יעדן טאג ווען דו קומסט אהיים פון ארבעט זאלסטו טאנצן מיט דיינע קינדער, וועסטו זען אז אלעס וואס דרוקט דיר וועט שוין נישט אזוי דרוקן; איינמאל מען איז פרייליך דעמאלט קען מען שוין רעדן צום אייבערשטן, אים אלעס אויסדערציילן.
זיי געזונט און האב הצלחה.