מכתב יומי
ה שבט תשע"ח
January 21 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן"; אז מען פאלגט דעם רבי'ן איז מען זוכה צו ווערן ריין. נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק, קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכע איד, נישט סתם אן ערליכע איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכע איד".
איך האף אז דו לערנסט יעדן טאג דעם דף גמרא. מיר האבן אנגעהויבן פאריגע וואך א נייע מסכת - מסכת עבודה זרה, א הערליכע מסכת און עס איז ממש א שאד יעדן טאג וואס דו לערנסט נישט דעם דף. דער דף איז דער לעבן פונעם טאג, דער דף איז די נשמה פונעם טאג און עס איז די בעסטע שמירה פארן מענטש.
עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט מיט טיילן מיט דיין ווייב און קינדער ווען דו ביסט מסיים א מסכת, ווייל די גאנצע שטוב טוישט זיך ווען מען זעט ווי דער טאטע לערנט. סיי דיין ווייב וועט דיר מער שעצן, זי וועט זיך פרייען אז דו לערנסט תורה און דיינע קינדער וועלן אויך לערנען תורה אדאנק דעם, ווייל עס וועט אריין געקריצט ווערן אין זייער הארץ א ליבשאפט צו די הייליגע תורה.
קינדער האבן ליב סעודות; מסיבות, עסן, טרינקען, נאש וכו'. אויב מען מאכט אן עסק פון לערנען ברענגט עס אריין אין זיי א גליסטעניש צו די הייליגע תורה, עס ווערט איינגעקריצט אין זייער מח אז לערנען איז א גוטע זאך, א געשמאקע זאך, דאס וועט זיי מאכן וועלן לערנען און ענדיגן מסכת נאך מסכת.
א אינגערמאן פארציילט מיר אז יעדעס מאל ווען ער מאכט א סיום אדער זיינע קינדער זענען מסיים א מסכת אין ש"ס מאכן זיי א מסיבה אין שטוב, מען דעקט שיין דעם טיש וכו' און מען טיילט גוטע זאכן פאר די קינדער. יעדעס מאל עס איז דא א סיום אין שטוב ווערט ממש ווי א יום טוב פאר די קינדער, די שכנים פרעגן: "וואס איז דער יום טוב ביי אייך?" ענטפערן זיינע קינדער: "אונזער טאטע מאכט א סיום", אבער די קינדער פון די שכנים זאגן זיי: "מיר האבן קיינמאל נישט געהערט אזא ווארט "סיום". זעט מען ווי וויכטיג עס איז צו מאכן אן עסק פון לערנען תורה, אז די קליינע קינדער זאלן שוין וויסן אין וויגל וואס תורה איז.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.