מכתב יומי

ד שבט תשע"ט

January 10 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ...  נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען, בפרט ווען דו קומסט אין א ברסלב'ע שול.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו שמועסט אפ דעם גאנצן דאווענען, בשעת דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת ואתחנן, רסו:): "וּמָאן דְּאִשְׁתָּעֵי בְּבֵי כְּנִישְׁתָּא", ווער עס שמועסט אין בית המדרש בשעת'ן דאווענען, "וַוי לֵיהּ דְּאַחְזֵי פִּרוּדָא", וויי פאר אים אז ער טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וַוי לֵיהּ דְּגָרַע מְהֵימְנוּתָא", וויי פאר אים אז ער גייט אוועק פון די אמונה, "וַוי לֵיהּ דְּלֵית לֵיהּ חוּלָקָא בֶּאֱלָהָא דְּיִשְׂרָאֵל", און וויי פאר אים אז ער האט נישט קיין חלק באלוקי ישראל. "דְּאַחְזֵי דְּלֵית לֵיהּ אֱלָהָא", ער ווייזט אז עס איז נישט דא קיין באשעפער, "וְלָא אִשְׁתְּכַח תַמָּן", און אז דער אייבערשטער געפונט זיך נישט אין שול, "וְאַנְהִיג קְלָנָא בְּתַּקִּיפָא עִלָּאָה", ער פירט זיך מיט גרינגשעצונג אינעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם ווי הארב עס איז צו רעדן ביים דאווענען.


אפגערעדט אז ווען מען האט קינדער דארף מען זייער אכטונג געבן ווען מען קומט אין שול נישט צו רעדן ביים דאווענען, ווייל ווען קינדער זעען ווי דער טאטע שמועסט ביים דאווענען ווערט ביי זיי ביליג דאס גאנצע דאווענען, ביז זיי וועלן אינגאנצן אפלאזן דאס דאווענען.


איך בעט דיר, זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען, און אין דעם זכות וואס דו ביסט מכבד דעם אייבערשטן זאלסטו זען גרויס שפע.


א גוטן טאג.