מכתב יומי
כח אלול תשע"ט
September 28 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
מוצאי שבת קודש פרשת נצבים פה עיר הקודש אומן יצ"ו, כ"ח אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
יעצט איז נישט קיין צייט צו שרייבן בריוו; מיר שטייען יעצט ביים לעצטן טאג פונעם יאר, די בת מלך בעט זיך ביי אונז (סיפורי מעשיות מעשה א', מאבידת בת מלך): "אינעם אונטערשטן טאג זאלסטו נישט פארשפעטיגן צו קומען מיר ארויס נעמען פון די נישט גוטע", זאלסטו זען אויסצוניצן די צייט מיט תורה ותפילה.
מיר פירן זיך צו פאסטן מארגן ערב ראש השנה ביז חצות; דער רבי האט געוואלט מען זאל פאסטן ערב ראש השנה ביז חצות, אזוי ווי עס שטייט אין שולחן ערוך (אורח חיים, סימן תקפא, סעיף ב): "נוֹהֲגִין לְהִתְעַנּוֹת בְּעֶרֶב רֹאשׁ הַשָּׁנָה".
א גוטע וואך.
א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.