מכתב יומי

ג תשרי תשפ"א

September 21 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו ב', ג' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער לכבוד דעם נייעם יאר זאלסטו זיך מקבל זיין נישט אהיימצוברענגען דיין קאמפיוטער, טעלעפאן און דאס גלייכן; האלט דיין שטוב ריין, זע עס זאל זיין גרייט פאר השראת השכינה.


איך דארף מקצר זיין, איך בין אביסל אפגעשוואכט פון די נסיעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


אז דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו האבן אין שטוב א סמארטפאון וועסטו מיר מאכן אסאך נחת; דו וועסט מיר צוגעבן כח.


איך גיי שטיין אויף דעם זייער שטארק, אז אלע תלמידים זאלן האבן ריינע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.