מכתב יומי

ד תשרי תשפ"א

September 22 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר דעם בריוו פון מיין הארץ; איך בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט עס אננעמען, עס זאל אריין גיין אין דיין הארץ.


טייערער ברודער, מיר זענען יעצט אריין אין א נייעם יאר - שנת תשפ"א; מיר זעען ווי דער אייבערשטער האט צעשאקאלט די וועלט, וואס האט אלץ פאסירט דעם פארגאנגענעם יאר, וויפיל שווערע ביטערע צרות איז אריבער אויף אידישע קינדער, מיר אלע האפן אז עס וועט זיין תחל שנה וברכותיה - עס וועט קומען א זיסע יאר דורכדעם וואס מיר טוען תשובה, מיר קערן זיך צוריק צום אייבערשטן.


איך וויל דו זאלסט זיך פארנעמען לכבוד דעם נייעם יאר צו ארבעטן אויף ריינע אויגן; דאס ערשטע זאך זאלסטו זיך פארנעמען נישט אריין צו נעמען אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם עבירות, שמוץ, מאווי"ס קליפ"ס, נייעס וכדומה. און אויב דו דארפסט עס האבן פאר פרנסה וכו' - דארף עס זיין פארשפארט מען זאל נישט קענען קוקן אויף דעם קיין שום אנדערע זאכן אויסער וואס פעלט זיך אויס פאר פרנסה, ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן פארלירט מען אלעס. אפגערעדט אז מען פארלירט די נשמה - מען הערט אויף לערנען און דאווענען, נאר אפילו די גשמיות'דיגע לעבן פארלירט מען אויך; מען פארלירט דער טעם צו זיין א מאן, צו זיין א טאטע; אז מען קוקט עבירות פארלירט מען דעם שלום בית, מען פארלירט די קינדער השם ישמרינו.


איך שרייב דיר די ווערטער פון מיין הארץ; גלייב מיר, איך בין נאך אזוי אויסגעמאטערט פון מיין נסיעה קיין אומאן, איך בין נאך נישט געקומען צו מיינע כוחות - דאך שרייב איך דיר ווייל איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. דער יצר הרע מאכט אזעלכע גרויסע נסיונות צו קוקן עבירות, ער וויל אויסרייסן דעם מענטש ער זאל אלעס פארלירן, ער מאכט דעם מענטש זאל ווערן משוגע. די תורה זאגט (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", זאגט מוהרא"ש זכרונו לברכה דאס גייט ארויף אויף שמירת עיניים, א מענטש קען קוקן שעות אויף שעות מאווי"ס וואס איז א צעדרייטע דמיון וואס מען האט גארנישט דערפון, איין זאך האט מען - מען פארלירט אלעס, מען בלייבט מיט אן אויסגעברענטע מח, מען קען שוין נישט טראכטן.


איך בעט דיר, ווארף אוועק די עבודה זרה פון פעור; מוהרא"ש זאגט, די תורה זאגט (יהושע כב, יז): "אֶת עֲוֹן פְּעוֹר אֲשֶׁר לֹא הִטַּהַרְנוּ מִמֶּנּוּ עַד הַיּוֹם הַזֶּה", ביז היינט זענען מיר נאכנישט ריין פון די עבודה זרה פון פעור; די תורה איז דאך א נצחיות, ווי איז שייך היינטיגע צייטן די עבודה זרה פון פעור? נאר ווען מען נעמט נידריגע זאכן, פסולת און דברים שפלים און מען האלט דאס חשוב - דאס איז די עבירה פון פעור, די שמוציגע מאוויס און שמוציגע מאגאזינען וואס ענטהאלטן נידריגע און אויסגעלאסענע בילדער וכו' - דאס איז דאס ארגסטע זאך וואס איז דא אויף די וועלט. אז מען קוקט דאס און מען מאכט אן עסק פון דעם - דאס איז די עבירה פון פעור.


לאמיר תשובה טון, לאמיר אנהייבן די יאר ריין, לאמיר זיך צוריקקערן צום אייבערשטן; שוין צייט זיך אויפצואוועקן פון שלאף, שוין צייט צו טראכטן פון אונזערע דורות; וואס וועלן אונזערע קינדער טון אויב מיר פאלגן נישט? וואס וועלן אונזערע קינדער זאגן? זיי וועלן אויך זאגן 'מיר ווייסן, מיר פארשטייען'.


וואויל איז דעם וואס פאלגט ערליכע אידן; ער האלט זיין שטוב ריין, ער גרייט אן די שטוב עס זאל זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך באמונה פשוטה; ווי מער דו וועסט חזר'ן אמונה פשוטה וועט דיר גרינגער ווערן. ווייל אלע צרות און יסורים וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש קומט פון דעם וואס מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען מיינט אז די וועלט פירט זיך פון זיך אליינס חס ושלום, מען מיינט אז דער איז שולדיג און יענער איז שולדיג וכו' וכו', אבער ווי נאר מען נעמט אריין אין זיך די אמונה פשוטה ווערט מען רואיג און צופרידן.


זיי נישט מוותר אויפ'ן דף גמרא; נישטא אזא זאך עס זאל אריבערגיין א טאג אן א דף גמרא, זאלסט זיך מוסר נפש זיין אויף דעם.


איך בין נאך אביסל אויסגעמאטערט פון מיין נסיעה, און פון די נסיעה פון די וואס זענען געבליבן אין עירפארט; דאס האט מיר מער אויסגעמאטערט פון מיין אייגענע נסיעה. בעט פאר מיר איך זאל שוין צוריק קומען צו מיינע כוחות, איך זאל קענען צוריק געבן שיעורים וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.