מכתב יומי
כט אלול תשפ
September 18 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו א', ערב ראש השנה שנת תשפ"א לפרט קטן
טייערע אנשי שלומינו שיחיו.
מיר שטייען יעצט ערב ראש השנה, יעדער איינער טוט תשובה, יעדער האט חרטה אויף די נישט גוטע מעשים, מען נעמט זיך פאר גוטע זאכן; דער אייבערשטער וועט אונז אלע אנשרייבן א גוטע יאר.
איך וויל אייך בעטן טייערע אנשי שלומינו, דערמאנט אייך אלע וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט יעדעס יאר בעטן בעפאר תקיעת שופר: "ווער עס האט א פיינטשאפט אויף א צווייטן – זאל ארויסגיין פון בית המדרש".
לאמיר זיך איבערבעטן איינער מיט'ן צווייטן, לאמיר געדענקען פארוואס מיר זענען דא, פארוואס מיר זענען געקומען צום רבי'ן; מיר זענען געקומען זיך היילן, דער רבי היילט אונזער נפש, רוח ונשמה, דער רבי איז אונז מתקן, דער רבי איז אזוי גרויס – ער איז מתקן יעדן איינעם אפילו דער גרעסטער בעל עבירה, אויסער א בעל מחלוקת, דער וואס מאכט מחלוקת האט נישט קיין מקום ביים רבי'ן.
דערפאר טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש, יעצט איז די צייט מיר זאלן ארויסנעמען די פיינטשאפט איינער אויפ'ן צווייטן און ליב האבן יעדן איד; דער אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, יעדער איינער האט אן אנדערע מיינונג, יעדער איינער טראכט אנדערש, יעדער וויל עפעס אנדערש ועם כל זה האט מען זיך ליב, מען שעצט און מען קוקט גוט איינער אויפ'ן צווייטן.
חסדי ה' יתברך איך בין אנגעקומען בשלום; איך געפון זיך אין קרית ברסלב ליבערטי, איך שפיר זיך זייער באקוועם אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו, מען שפירט ווי אלע האבן זיך ליב.
עס זענען געקומען הונדערטער אנשי שלומינו צו זיין מיט אונזער הייליגע קיבוץ; בעט איך אייך טייערע אנשי שלומינו, עפנט אויף אייער הארץ. אז דאס הארץ איז ווייך, אז דאס הארץ איז ברסלב'דיג, "לב בשר" אותיות ברסלב – דעמאלט איז אלעס גוט, עס איז דא פלאץ פאר יעדן איינעם.
אונזערע מנהגים וואס מיר פירן זיך ראש השנה שטייט אין שיחות הר"ן (סימן כא), פיר זאכן בעט דער רבי: מען זאל טראכטן פאזעטיוו, מען זאל זיין פרייליך, אויך זאל מען וויינען און די פערטע זאך – מען זאל זייער אכטונג געבן צו רעדן וואס ווינציגער.
א גוט געבענטשט יאר.
יואל בן ריצא רעכיל
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו א', ערב ראש השנה שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד אלע טייערע פרויען תלמידות היכל הקודש שתחיו.
דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן סימן כא) אויף פיר זאכן דארף מען אכטונג געבן ראש השנה.
א) טראכטן גוט; דער רבי זאגט אז ראש השנה דארף מען זיין קלוג צו טראכטן גוט, אז דער אייבערשטער גייט אונז געבן נאר גוטס.
ב) זיין פרייליך; ראש השנה דארף מען זיין פרייליך אז מיר זענען אויסדערוועלט ביים אייבערשטן.
ג) אויך וויינען; ראש השנה דארף מען וויינען, און ווען מען וויינט זאל מען וויינען פון שמחה.
ד) נישט רעדן; די ערשטע טאג ראש השנה דארף מען וואס ווייניגער רעדן, און ווי חשוב'ער מען איז דארף מען נאך ווייניגער רעדן.
א כתיבה וחתימה טובה.