מכתב יומי

ה אדר ב' תשע"ט

March 12 2019

[די בריוו פון ביינאכט איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מקרב צום אייבערשטן.


ווען דער רבי איז געפארן קיין נאווריטש האט ער זיך אנגערופן און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רנא): "יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב", איך קען צוריק ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, "וְלֹא בִּלְבַד אֲנָשִׁים פְּשׁוּטִים אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיקִים וַאֲנָשִׁים גְּדוֹלִים אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְמוּטָב", נישט נאר פשוט'ע מענטשן קען איך צוריק ברענגען צום אייבערשטן נאר אפילו גרויסע צדיקים קען איך אויך ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


וויבאלד דער רבי האט א כח צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן האט דער ס"מ זייער מורא פון רבי'ן, דערפאר מאכט ער ליצנות פון רבי'ן - אזוי האלט ער אפ מענטשן פון קומען צום רבי'ן.


דער רבי האט אמאל גערעדט וועגן די מחלוקת וואס איז דא אויף אים, איבער די שקרים וואס מען רעדט אויף אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שצו): דער נביא קרעכצט און זאגט (הושע ז, יג): "וְאָנֹכִי אֶפְדֵּם", איך העלף דאך די אידן, "וְהֵמָּה דִּבְּרוּ עָלַי כְּזָבִים", און זיי רעדן אויף מיר שלעכטע רייד; דאס האט דער רבי געזאגט אויף זיך: "וְאָנֹכִי אֶפְדֵּם", איך העלף דאך די אידן און זיי רעדן אויף מיר שלעכטס.


די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ע חסידות - נישט נאר אז זיי וואלטן נישט גערעדט אויף ברסלב נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", זיי קריגן נישט אויף מיר, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


נעם מיט דיר שטענדיג מיט א זעקל ספרים; א חומש'ל, א משניות'ל, א גמרא, א תהלים וכדומה אז ווען דו האסט אן איבעריגע מינוט זאלסטו אריין כאפן עפעס גוטס; דאס איז וואס דער רבי לערנט אונז, אלעס אנדערש איז נארישקייטן. דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם: "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר מיין ליבער איידעם זאלסט יעדן טאג לערנען גמרא און הלכה, זאלסט נישט מאכן פון זאכן וואס זענען נישט וויכטיג אן עיקר וכו'; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה ותפילה ויראת שמים.


איך וויל דיר בעטן צו בלייבן היינט נאכט אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די פרויען צוזאמקום; איך האב וויכטיגע זאכן צו זאגן פאר די פרויען היינט נאכט ביים שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט לערנען אביסל חומש, משניות און גמרא יעדן טאג.


די תורה איז די בעסטע חבר, נעם די תורה פאר א חבר און אין די תורה זאלסטו זיך באהאלטן ווען עס איז דיר ביטער; גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, זאלסטו אנטלויפן צו די הייליגע תורה און דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן.


א גוטע נאכט.