מכתב יומי
ה אדר ב' תשפ"ב
March 08 2022
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט ענדיגן מיר מסכת חגיגה, מארגן הויבן מיר אן מסכת יבמות. איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט מיטלערנען יעדן טאג א בלאט גמרא; בנוסף צו אלע דיינע שיעורים – זאלסטו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא.
אז דו פארשטייסט נישט די גמרא – זאלסטו זאגן די גמרא בגירסא בעלמא, דער רבי זאגט קלאר (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער.
היינט נאכט וועט פארקומען א גרויסע סיום אין ישיבה, אינאיינעם מיט א חתונה פון א חתן א תלמיד הישיבה, און די כלה א תלמידה פון בית פיגא.
קום קוקן ווי שיין איז א חתונה אין ישיבה, אן קיין שום נארישקייטן, די חתונות אין ישיבה האבן א אידישע טעם. אזוי האט מען חתונה געהאט אין אלע דורות ביי אידישע קינדער, ביז לעצטנס ווען עס האט זיך אריינגעכאפט די נייע גוי'אישע מאדעס.
עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי אנשי שלומינו זענען די איינציגסטע וואס מאכן זיך נישט נאריש, אנשי שלומינו מאכן חתונות און אלע שמחות - פשוט, אן אויסגעבן געלט, אן זיך נאריש מאכן; מען פריידט זיך מיט דעם אז מען קען חתונה מאכן די קינדער. וויפיל מאל מענטשן האבן דאס געוואלט נאכמאכן – איז דאס צעפאלן, ווייל די פירערס פון אלע קהילות זענען משוחד פאר די גבירים וואס טוען אלעס אבי מען זאל רעדן פון זיי.
איך האף אז דו קומסט שבת אינאיינעם מיט תלמידי היכל הקודש, מיר וועלן האבן שבת א שבע ברכות, מיט א ברית און א קידוש; מיר וועלן זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס ווערטער, דעם רבינ'ס חיזוקים; דו וועסט נישט דערלייגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.