מכתב יומי
ה אלול תשע"ט
September 05 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
וויסן זאלסטו אז אלע צרות וואס מען ליידט קומט צוליב עבירות רחמנא לצלן; ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, באשאפט ער שלעכטע מלאכים וואס זיי לאזן אים נישט אפ, זיי באגלייטן אים זיין גאנץ לעבן ביז צום קבר.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קמא): "כְּשֶׁנִּפְטָר הָאָדָם, הֵם הוֹלְכִים אַחַר הַמִּטָּה", ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט דעמאלט קומען אלע קליפות און מזיקים וואס זענען באשאפן געווארן פון די עבירה און זיי באגלייטן דעם מענטש, "וּמְקוֹנְנִים עָלָיו, כְּמוֹ בָּנָיו מַמָּשׁ מִמִּין אָדָם", זיי קלאגן אויפ'ן נפטר אזוי ווי די אייגענע קינדער, "רַחֲמָנָא לִצְלָן מֵעֳנָשִׁים הַלָּלוּ, כַּיָּדוּעַ", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן פון אזעלכע שרעקליכע עונשים, עיין שם; אבער אז דער מענטש טוט תשובה אויף אלע זיינע שלעכטע מחשבות, שלעכטע רייד און שלעכטע מעשים דעמאלט וועט ער שוין מער נישט ליידן קיין צרות
טו תשובה, זאג פאר'ן אייבערשטן: "אייבערשטער איך גיי מער נישט זינדיגן, איך גיי זיין ערליך, זיי מיר מוחל", וועסטו פטור ווערן פון דיין גאנצע איבערגאנג. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען א מענטש זינדיגט 'במחשבה' וועט ער ליידן צרות פון זיינע קינדער; ווען א מענטש זינדיגט 'בדיבור' וועט ער ליידן צרות פון זיין ווייב און ווען א מענטש זינדיגט 'במעשה' וועט ער ליידן צרות פון מענטשן"; אז מען טוט תשובה נעמט מען אראפ פון זיך אלע צרות און פראבלעמען.
היינט וועט זיין אם ירצה ה' א שיעור אום ניין אזייגער, איך האף דו וועסט קומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.