מכתב יומי
ה חשון תשע"ח
October 25 2017
‹ ›
בעזהשי"ת
יום ד' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד ... נרו יאיר
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", א מענטש זאל זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען זיין ווייב, "מִתּוֹך שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה", ווייל זי וויינט זייער שנעל; מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן צו אונז פון שלום בית, אז מען זאל זיין א וותרן אין שטוב, און זיין א סבלן, און דאס איז פון די יסודות אין "היכל הקודש".
דערפאר בעט איך דיר זייער, דו זאלסט נישט זיין אנגעצויגן אין שטוב, אז דיין ווייב זאל נישט לעבן מיט א פחד פון דיר. עס איז דא אינגעלייט וואס ווארפן א מורא'דיגע אימה אין שטוב, וואס דאס ברענגט זייער שווערע נאכפאלגן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "לְעוֹלָם אַל יַטִּיל אָדָם אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ", א מענטש זאל נישט ווארפן א שרעק אויף זיין ווייב און קינדער, "שֶׁהֲרֵי פִּילֶגֶשׁ בְּגִּבְעָה הִטִּיל עָלֶיהָ בַּעֲלָהּ אֵימָה יְתֵירָה וְהִפִּילָה כַּמָּה רְבָבוֹת מִיִּשְׂרָאֵל". ווייל די מעשה פון פילגש בגבעה ווי זיבציג טויזענט אידן זענען גע'הרג'עט געווארן, די מעשה האט זיך אנגעפאנגען פון א מענטש וואס האט געווארפן א פחד אויף זיין ווייב, נאך זאגן חז"ל (שם): "אָמַר רַב יְהוּדָה אָמַר רַב, כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹך בֵּיתוֹ סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלּוּי עֲרָיוֹת, וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת". ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גילוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת.
דער רבי האט אונז אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "לְכַבֵּד וּלְיַּיקֵר אֶת אִשְׁתּוֹ". מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב, "כִּי אָמַר: הַלא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּידָה וְהַגִידוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֶצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם, בְּכַמָּה אוֹפַנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד וְכוּ' וְכוּ'", דער רבי האט געזאגט אז די ווייבער ליידן אסאך צער, און זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער וכו' וכו'.
מוהרא"ש האט געהאלטן אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן; אפילו איינער באקומט א פרוי מיט שווערע נאטורן וכו' איז אויך מעגליך פארן מאן איר איבער צו דרייען.
עס איז דא וואס לערנען מיט חתנים מען זאל קויפן מתנות און ארויסנעמען אין 'רעסטעראנט' וכדומה, און דאס מאכט שלום בית. אבער מוהרא"ש האט אונז אנדערש געלערנט, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט אז שלום בית איז נישט געוואנדן אין מתנות וכדומה לזה, ווייל א פרוי דארף נישט קיין מתנות, א פרוי דארף נישט מען זאל איר ארויס נעמען וכדומה, א פרוי וויל א מאן וואס איז נאנט מיט איר און רעדט שיין צו איר, ער הערט איר אויס און פארשטייט איר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כ:): "רוֹצֶה אִשָׁה בְּקַב וְתִּפְלוּת, מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת". א פרוי וויל ענדערש ווייניג עסן און זיין נאנט מיט איר מאן, ווי איידער אסאך עסן און נישט זיין נאנט מיטן מאן; אודאי איז גוט צו קויפן א מתנה לכבוד יום טוב, אבער נישט דאס איז שלום בית, שלום בית איז דיין שמייכל וואס דו שמייכלסט צו איר און די פאר גוטע ווערטער וואס דו געבסט איר.
ווען א פרוי רעדט זיך אפ אז דער מאן ברענגט נישט קיין געלט, ווען א פרוי רעדט זיך אפ און זי פארציילט וואס יענע חבר'טע האט אלץ וכו' וכו', זאלסטו וויסן אז עס באדערט איר גאר עפעס אנדערש - זי דארף א מאן, און זי האט דאס נישט, און זי שעמט זיך צו בעטן: "איך דארף א גוט ווארט", "איך דארף אביסל ליבשאפט".
שלמה המלך זאגט (משלי טו, יז): "טוֹב אֲרֻחַת יָרָק וְאַהֲבָה שָׁם מִשּׁוֹר אָבוּס וְשִׂנְאָה בוֹ". עס איז בעסער צו עסן אביסל גרינצייג - א ארימע מאלצייט ווען עס איז דא ליבשאפט דארט, ווי שטיקער פלייש און מען האט זיך פיינט; דערפאר בעט איך דיר זייער דו זאלסט פון יעצט זיין נאכגעביג און זיין א "געבער", דו זאלסט נישט אויפהערן צו געבן גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב, און אז דער אייבערשטער איז אין שטוב איז שוין דא אלע ברכות, און דו וועסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.