מכתב יומי
ד כסלו תשפ"ב
November 08 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געב אכטונג אויף דיינע קינדער; קלאפ זיי נישט, צעברעך זיי נישט, לאז זיי לעבן; אנשטאט זיי שטעכן - געב זיי גוטע ווערטער. קינדער דארפן זייער וויכטיג גוטע ווערטער, גוטע ווערטער בויט זיי אויף, גוטע ווערטער מאכט זיי געזונט.
איך זע בחורים זענען אזוי צעקלאפט און דערשלאגן, וויפיל איך וויל זיי אויפלעבן - גייט עס נישט, מען האט זיי אזוי געפייניגט, מען האט זיי אוועק געמאכט, גערעדט צו זיי נאר פון גיהנום, פון שווארצע מלאכים. דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט אויפבויען דיינע קינדער, געב זיי - יעדן איינעם - גוטע ווערטער, וועלן זיי וואקסן געזונט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים