מכתב יומי
ו טבת תשע"ח
December 24 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אַשְׁרֵינוּ מַה טּוֹב חֶלְקֵנוּ 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' גּוֹרָלֵנוּ; מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט וואס אן ערליכער איד איז, אן ערליכער איד שרייט נישט אין שטוב, אן ערליכער איד פירט זיך איידל אין שטוב, ער איז מכבד די ווייב און געבט איר וואס זי דארף; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין פד:): "מַאי דִּכְתִיב (תְּהִלִים קיב, ה): טוֹב אִישׁ חוֹנֵן וּמַלְוֶה יְכַלְכֵּל דְּבָרָיו בְּמִשְׁפָּט? לְעוֹלָם יֹאכַל אָדָם וְיִשְׁתֶּה פָּחוֹת מִמַה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וְיִלְבַּשׁ וְיִתְכַּסֶּה בַּמֶה שֶׁיֵשׁ לוֹ, וִיכַבֵּד אִשְׁתּוֹ וּבָנָיו יוֹתֵר מְמָה שֶׁיֵשׁ לוֹ", א מענטש זאל ניצן זיין געלט צו קויפן פאר זיך צו עסן ווייניגער וויפיל ער האט, און פאר זיין ווייב און קינדער זאל ער געבן מער וויפיל ער האט.
וויסן זאלסטו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן, אפילו מען האט א פרוי מיט שווערע נאטורן איז אויך מעגליך פארן מאן איר איבער צו דרייען; חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (עבודה זרה לט.): "מַעֲשֶׂה בְּאִשָּׁה אַחַת שֶׁנִשֵּׂאת לְחָבֵר, וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ תְּפִילִין עַל יָדוֹ, נִשֵּׂאת לְמוֹכֵס - וְהָיְתָה קוֹשֶׁרֶת לוֹ קִשְׁרֵי מוֹכֵס עַל יָדוֹ", עס איז געווען א פרוי וואס האט חתונה געהאט צו א תלמיד חכם, זי האט אים געהאלפן אנטון יעדן טאג זיין תפילין, שפעטער האט זי חתונה געהאט צו א גנב, פלעגט זי אים העלפן מיט זיינע שלעכטע מעשים; זעט מען פון דעם אז א פרוי גייט נאך איר מאן, אז דער מאן ווייסט וואס א פרוי וויל, ער ווייסט ווי אזוי צו רעדן צו זיין ווייב - וועט זיין ווייב אים נאכגיין.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): רבא האט געזאגט פאר די מענטשן פונעם שטאט מחוזא: "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ, כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", האלט חשוב אייערע ווייבער, וועט איר רייך ווערן. אזוי אויך זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע פרנסה קומט בזכות די פרוי.
נאך דערציילן אונז חכמינו זכרונם לברכה (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין; מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיים ברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?! האט אים רב חייא געזאגט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיך פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער. זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן מכבד זיין די ווייב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.