מכתב יומי

ה טבת תשע"ט

December 13 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי נישט אזוי געפאלן ביי דיר; מיר האבן א גרויסן באשעפער וואס פירט די וועלט מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט. גלייב אינעם אייבערשטן אז ער וועט דיר העלפן, און עס וועט דיר ליכטיג ווערן.


גיי אין שול דאווענען מיט מנין יעדן טאג; אז דו קענסט אריין כאפן א מקוה - איז דאך א מחי', רבי נתן האט מבטיח געווען אז "ווער עס וועט גיין אין מקוה וועט האבן א תקוה"; דערפאר אז דו וועסט זיין שטארק אין מקוה וועסטו ביים סוף זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד. ביי אנשי שלומינו איז דא א ליד אויף די ווערטער: "וואס טוט א איד אין גלות? וואס טוט א איד אין גלות? ער לויפט אין מקוה און לויפט און שול דאווענען, דאווענען".


איין זאך זאלסטו אנהאלטן: "דיין ווילן"; אפילו דו זעסט ווי מען שטופט דיר אוועק פון אויבן איינמאל און נאכאמאל זאלסטו נאך אלץ וועלן, האפן און בענקען צו זיין א איד.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "העיקר מה שקורין 'זיך דערהאלטן'"; דאס איז די שיינקייט פון א איד - אז ער האלט אן זיין ווילן און ער זאגט ארויס זיינע רצונות צום אייבערשטן. לאמיר שרייען צוזאמען: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל גיין יעדן טאג אין שול דאווענען, איך וויל לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא און מדרש. הייליגער באשעפער, איך וויל האבן ריינע אויגן און א ריינע מויל"; אזוי זאלסטו שרייען און נאכמאל שרייען ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


איך גיי שוין באלד פארלערנען דעם דף גמרא וואס איז מיין גאנצע חיות, אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט הונדערטער מאל אין ספר הקדוש 'אשר בנחל': "א בלאט גמרא איז דער חיות פונעם טאג"; נעם דו אויך א גמרא און זאג די ווערטער פון די גמרא.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.