מכתב יומי
ה טבת תשפ
January 02 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ה' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר וועלן זיך צוזאמנעמען דעם קומענדיגן שבת פרשת ויגש אויף א שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס.
איך וויל דיר בעטן דו זאלסט שיין אויפנעמען אנדערע; עס קומען פרישע מקורבים און מען דארף זיי שיין אויפנעמען, זיי זאלן זיך שפירן ווי א חלק פונעם שבת.
אויך זאלסטו בעטן דיין ווייב זי זאל אויפנעמען שיין אלע געסט; נישט אלע פרויען קומען מיט חבר'טעס, עס זענען דא פרויען וואס קענען נישט אנדערע. עס איז זייער וויכטיג אז עס זאל הערשן ליבשאפט און שלום צווישן תלמידי היכל הקודש און אויך צווישן די ווייבער פון תלמידי היכל הקודש; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן צוקומען אז עס וועט זיין ליבשאפט צווישן אונז און צווישן די פרויען. דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט, ער וואלט געקענט ברענגען משיח אין זיין צייט נאר עס איז געווען מחלוקת צווישן די פרויען פון זיינע תלמידים, דערפאר איז דאס בטל געווארן. זיין תלמיד רבי חיים וויטאל זכרונו לברכה שרייבט (ספר שבחי האר"י ז"ל): "בְּעֶרֶב שַׁבָּת פָּרְצָה מְרִיבָה בֵּין כַּמָה נָשִׁים", ערב שבת האט אויסגעבראכן א קריגעריי צווישן די ווייבער פון די תלמידים פון אריז"ל, "וְאָמַר הָאֲרִיזַ"ל": און דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט: "בְּקַבָּלַת שַׁבָּת בָּא אֵלַי הַמֶלֶךְ הָרָע", אינמיטן קבלת שבת איז געקומען דער מלאך המות, "וְאָמַר לִי (שמואל-א יב, כה): 'גַם אַתֶּם גַם מַלְכְּכֶם תִּסָפוּ'", און מיר געזאגט אז איך גיי שוין אוועק גיין פון די וועלט, "וְכָל זֶה בִּגְלַל הַקְּטָטָה שֶׁהָיְתָה בֵּינֵיכֶם הַיוֹם", אלעס צוליב די מחלוקה וואס איז געווען צווישן אייך, "כִּי כָּל פַּעַם שֶׁהָיָה הַשָׁלוֹם שׁוֹרָה בֵּינֵיכֶם לֹא הָיְתָה לְמַלְאָךְ הַמָוֶת דְרִיסַת רֶגֶל", ווייל ווי לאנג עס איז געווען שלום צווישן אייך האט דער מלאך המות נישט געהאט קיין שליטה אויף מיר, "כֵּן הָיָה בַּעֲווֹנוֹתֵנוּ הָרַבִּים בְּאוֹתוֹ זְמַן נִתְבַּקֵּשׁ בִּיְשִׁיבָה שֶׁל מַעֲלָה מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ עֲטֶרֶת רֹאשֵׁנוּ זַ"ל", וכך הוה, אז דער אריז"ל איז יענע יאר אוועק.
זעט מען פון דעם, אז עס איז נישט גענוג אז די מענער זענען באחדות, די פרויען דארפן אויך זיין באחדות; מען קען זען ווי דער שטן, דער ס"מ זוכט שטענדיג צו מאכן א קריגעריי צווישן אונז, און ווען ער זעט אז מיר זענען באחדות, גייט ער אריין אין ווייבער שול, ער מאכט א קריגעריי צווישן די ווייבער.
איך קוק ארויס אויף דעם שבת אז דאס וועט זיין א שטארקע חיזוק פאר אלעמען, סיי פאר אונז און סיי פאר די ווייבער; עס איז באוויסט אז דער רבי האט געוואלט מען זאל מאכן די ווייבער פאר ברסלב'ער חסידות'טעס. אזוי אויך פאר אונזערע קינדער, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיך גֶעטוּן", וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא, דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסע בעל מדריגה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן - אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.