מכתב יומי
ה כסלו תשע"ח
November 23 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זע צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי"; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): ווער עס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים פון "תיקון הכללי", דארף גארנישט זארגן, ווייל ער האט דורכדעם מתקן געווען זיינע חטאים. נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם): וויבאלד איך האב געזאגט מען זאל זאגן די צען קאפיטליך תהילים, וועט עס זיין שווער צו זאגן; מען זעט טאקע אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט צו זאגן דעם "תיקון הכללי", הייבט מען אן זוכן תירוצים - באלד, מארגן, שפעטער; אבי נישט יעצט, ווייל דאס איז א גרויסע זאך פארן מענטש, און מען נעמט אראפ דעם פלעק וואס מען האט זיך פארפלעקט.
דער רבי איז מסביר די גמרא (בכורות ח:) די סבא דבי אתונא האבן געפרעגט: "רְצִיצָא דְּמָיֵת בְּבֵיעוּתֵהּ, הֵיכָא נָפֵק רוּחָא? וְאָמַר לְהוֹ: בְּהַיְנוּ דְּעָאל", ווען א פייגל שטארבט בשעת עס איז נאך אינעם איי, פון וואו גייט ארויס די רוח פון די פייגל, דער איי איז דאך פארמאכט? האט ר' יהושע בן חנניא זיי געענטפערט: "עס גייט ארויס פון די זעלבע פלאץ פון וואו עס איז אריין", איז דער רבי מסביר (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה) אז דא ליגט א מורא'דיגע עצה, וואס א מענטש קען זיך לערנען דערפון וואס ער האט צו טון אויף דער וועלט. וואו ער זאל זיך פארלייגן ווען ער דאווענט, און וואו ער זאל זיך שטארגן ווען ער לערנט; דאס פרעגט די גמרא: פון וואו ווייסט א מענטש וואו ער דארף זיך מוסר נפש זיין ווען ער דאווענט און ביי אנדערע עבודת ה'? ענטפערט מען אים: "בְּהַיְנוּ דְּעָאל", דארט וואו עס איז אים שווער, דארט ווי עס קומען אים אריין מחשבות דאס אפצושטופן אויף שפעטער.
דערפאר, אז דו זעסט ווי דער יצר הרע שטופט דיר אפ יעדן טאג ווען עס קומט צו זאגן דעם "תיקון הכללי" מיט פארשידענע תירוצים, באלד, מארגן, שפעטער, זאלסטו וויסן אז דא איז דער פלאץ וואו דו זאלסט צוריק זאגן: "איך גיי יעצט זאגן דעם "תיקון הכללי". די בעסטע זאך איז אז מען געוואוינט זיך צו צו זאגן דעם "תיקון הכללי" גלייך נאך שחרית - מיט די תפילין דרבינו תם, ווייל איינמאל מען הייבט אן אפשטופן מיט תירוצים, באלד, שפעטער, מארגן, נעכטן, צום סוף שטעלט זיך ארויס אז מען זאגט עס נישט.
דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כט) אז זאגן דעם "תיקון הכללי" איז א סגולה אויף פרנסה; גלייך נאכן דאווענען לויפט יעדער איינער זיכן פרנסה, פארוואס זאלסטו נישט נעמען א סגולה פון הייליגן רבי'ן און זאגן דעם "תיקון הכללי", ווען דאס ברענגט אלע ישועות, אלע רפואות, און פרנסה אויך, עס מעקט אפ די עבירות וואס מען האט פוגם געווען.
איך האף דו וועסט אנעמען מיינע ווערטער און פון היינט וועסטו זיך מאכן א שטארקע אפמאך צו זאגן יעדן טאג דעם "תיקון הכללי", גלייך נאכן דאווענען מיט די טלית ותפילין, וועסטו האבן אלע ישועות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים.