מכתב יומי
ד כסלו תשע"ט
November 12 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
דעם שבת בין איך נישט געווען דאהי, איך בין אוועק געפארן מיט דרייסיג בחורים צו זיין מיט זיי אויף שבת אלץ הכרת הטוב אויף דעם וואס זיי גייען נאך געלט און העלפן מיר ארויס צו גיין פון די חובות.
געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האט אנגעהויבן ווייטער צו בויען דעם בנין אין אומאן; מיטן אייבערשטנס הילף וועט מען ענדיגן דעם בנין אז מיר זאלן קענען זיין דארט אויף דעם קומענדיגן ראש השנה.
איך בעט דיר זייער: שלאג נישט דיינע קינדער! דער רבי איז געווען זייער אנטקעגן שלאגן קינדער; די אלע וואס שלאגן די קינדער איז דאס נישט מצד חינוך נאר מצד נערוון. מען געבט זיך אויס די נערוון אויפן חשבון פונעם קינד; אלץ רעזולטאט ווערט נישט דער קינד מחונך, נאר ער ווערט ברוגז אויפן טאטע'ן און אויפן באשעפער, ביז ער לאזט רחמנא לצלן איבער דאס אידישקייט.
איך וויל דיר מעורר זיין אז דו זאלסט זיין בקשר מיטן מלמד פון דיין זון, זאלסט זיך כסדר נאכפרעגן ביים אים צי אלעס איז בסדר מיט דיין קינד; ווען דער מלמד זעט ווי דער טאטע פרעגט זיך נאך אויפן קינד וועט ער מער אינוועסטירן אינעם קינד.
איך וועל דיר נאך שרייבן, איך בין פשוט זייער פארנומען.