מכתב יומי

ל חשון תשע"ט

November 08 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו קרעכצט און קרעכצט און קרעכצט... שוין צייט דו זאלסט אביסל קוקן אויף די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; אמת טאקע עס גייט יעצט אריבער אויף דיר א שווערע צייט וכו', אבער קוק אויף די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.


מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווער איז אן עושר? דער וואס האט עֵ'ינַיִם שִׁ'ינַיִם יָ'דַיִם און רַ'גְלַיִם - דאס איז די ראשי תיבות פונעם ווארט עשיר"; איך מיין דו זאלסט גיין אין שפיטאל מקיים זיין די מצוה פון ביקור חולים, חוץ פון די מצוה וואס דו וועסט האבן פון מחי' זיין אידישע קינדער וואס פייניגן זיך אין שפיטאל מיט שווערע מחלות לא עלינו, וועסטו שוין נישט אזוי קרעכצן, דו וועסט כאטש אביסל דאנקען דעם אייבערשטן.


קום אין ישיבה קוקן ווי מיר האבן א בחור וואס קען נישט גיין השם ישמרינו, דער אייבערשטער זאל אים שיקן א רפואה שלימה; טראכט וואס ער גייט אריבער יעדע סעקונדע, פראביר זיך אריין צו לייגן אין א מצב וואס מען קען נישט נוצן די הענט און פיס וועסטו שוין זיין דאנקבאר פארן הייליגן באשעפער אז ער האט דיר געגעבן פיס צו גיין וכו'.


ווען א מענטש ווייסט אז אלעס וואס ער האט איז חסדים פונעם אייבערשטן, עס קומט אים גארנישט און אלעס וואס דער אייבערשטער גיבט אים איז א מתנת חינם, אזא איינער לעבט שוין יעצט אין 'גן עדן'. ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס ער האט, ער קוקט אויפן לעבן מיט א פאזיטיווער בליק.


הער שוין אויף קרעכצן; פון קרעכצן און ארום גיין באבלאזן וועסטו גארנישט האבן, ווידעראום אז דו וועסט ארום גיין מיט א שמייכל וועסטו מצליח זיין, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך איז מצליח.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט דיר; דו האסט חתונה געהאט, דו האסט א ווייב מיט קינדער ברוך ה'. קוק גוט אויף דיין ווייב, זע ווי זי איז א גוטע, א וואוילע; זי וויל נישט זיין שלעכט, זי איז פשוט איבערגעשטרענגט מיט די קינדער און זי דארף אביסל ווארעמקייט פון דיר, ווען דו וועסט איר דאס געבן וועט אלעס זיין גוט. געב א קוק וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו (בראשית כא, יב): "כֹּל אֲשֶׁר תֹּאמַר אֵלֶיךָ שָׂרָה שְׁמַע בְּקֹלָהּ", אלעס וואס שרה זאגט דיר זאלסטו טון; אז דיין ווייב וויל נישט דו זאלסט וכו' ווייל זי וויל דו זאלסט האבן יראת שמים, זאלסטו איר פאלגן.


אז דו האסט חלוקי דעות מיט איר פארוואס זאלסטו דאס נישט אויסשמועסן מיט אן ערליכער איד? פארוואס זיך טענה'ען? פארוואס זיך קריגן א גאנץ לעבן? דו פאררופסט זיך פאר יעדן איינעם אז דו ביסט א תלמיד פון ישיבה, דו פארקויפסט פאר אלעמען אז דו גייסט אויפן וועג וואס מען לערנט דא, דעריבער זע איך נישט פאר אזא שלעכטע געדאנק אז דו זאלסט קומען מיט דיין ווייב זיך אויסשמועסן אין די זאכן וואס איר קומט זיך נישט דורך. איך וועל דיר נישט פארנארן, איך וועל דיר מדריך זיין אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך וועל מאכן צייט פאר דיר אז דו זאלסט האבן שלום בית; פון באדעקן די שמוץ אונטער דו קארפעט וועסטו גארנישט האבן, עס וועט איין טאג פלאצן און דעמאלט וועט שוין זיין אביסעלע שפעט.


מען קען נישט אונטערדרוקן א ווייב און מען קען נישט באצווינגען א ווייב וכו', אפילו עס זעט אויס ווי זי לאזט זיך וכו'; אויב זאמלט זיך אן ווייטאג אין איר הארץ קען זיך עס ענדיגן זייער שלעכט.


איך וויל דיר זען ביים שיעור היינט נאכט.