מכתב יומי

ה כסלו תשע"ט

November 13 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מעודד, משמח און מחזק אז מיר זאלן נישט קוקן אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט אונז אראפ וכו' און מיר זאלן נישט אויפגעבן חס ושלום, נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה 'התבודדות', אז מיר זאלן זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן; פאלג דעם רבי'ן, נעם אפאר מינוט יעדן טאג און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. אפילו דו קענסט נישט רעדן, דו האסט נישט קיין דיבורים, עס קומט נישט ארויס קיין ווערטער פון דיין מויל, זאלסטו בלויז זאגן: 'טאטע'; זאג איבער נאכאמאל און נאכאמאל: 'טאטע', 'טאטע', טאטע'; דאס איז זייער חשוב אין הימל.


אמאל איז א איד געקומען צו רבי נתן און אים דערציילט אז ער האט א חבר וואס קען טויזנט בלאט גמרא בעל פה, האט רבי נתן זיך אויפגעטון און אים געזאגט: "מיין תלמיד עוזר קען זאגן טויזנט מאל 'רבונו של עולם'".


אז דו מוטשעסט זיך מיט פרנסה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; פרנסה געבט דער אייבערשטער, פרנסה האט מען אז מען קומט אין שול דריי מאל א טאג דאווענען מיט מנין.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו נעמסט נישט אריין אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס און ווידיאס וכו'; אין דעם זכות וועסטו האבן ערליכע קינדער זרע ברך השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.