מכתב יומי

ד כסלו תשפ

December 02 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך מיט לימוד התורה; אז דו ליגסט אין בלאטע, דו טוסט עבירות רחמנא לצלן און דו ווילסט ארויסגיין דערפון, זאלסטו לערנען יעדן טאג חוק ולא יעבור א דף גמרא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן )ירושלמי ראש השנה פרק ד, הלכה ח): "כֵּיוָן שֶׁקִּבַּלְתֶּם עֲלֵיכֶם עוֹל תּוֹרָה - מַעֲלֶה אֲנִי עֲלֵיכֶם כְּאִילוּ לֹא חֲטָאתֶם מִיְמֵיכֶם", ווען א מענטש איז מקבל אויף זיך דעם עול תורה – דאס הייסט ער נעמט זיך פאר צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה – זאגט דער אייבערשטער, רעכן איך אים כאילו ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט.


אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא, דאס וועט דיר אפוואשן פון אלעם שלעכטס. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפ געפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג "כך וכך", וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט געזאגט דעם שמועס, האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפ געפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט: "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס, אפילו א מענטש וואס ווייקט זיך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, רחמנא לצלן, וועט אים די תורה ראטעווען".


הייב היינט אן לערנען די הייליגע גמרא, די היינטיגע בלאט גמרא איז מסכת נדה דף מ.


שרייב מיר צוריק אויב איך האב גע'פועל'ט ביי דיר.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי נישט אזוי קארג אין שטוב, געב אפאר דאללער פאר דיין ווייב. דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט אזוי שיין חתונה געהאט, זאלסטו געבן פאר דיין ווייב אפאר דאללער. זיי נישט קיין קמצן, דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל, דאס איז א סימן ער שטאמט נישט פון אידן רחמנא לצלן.


רבי חיים וויטאל זכותו יגן עלינו שרייבט (שער המצוות, פרשת עקב): "רָאִיתִי לְמוֹרִי זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה 'שֶׁלֹא הָיָה חוֹשֵׁשׁ בְּעַצְמוֹ לְהִתְכַבֵּד בְּמַלְבּוּשִׁים נָאִים יוֹתֵר מִדֵּי'", איך האב געזען ביי מיין רבי דער הייליגער אריז"ל, ווען עס איז געקומען צו קויפן בגדים פאר זיך האט ער נישט געקויפט קיין טייערע קליידער, "גַּם בְּמַאֲכָלוֹ הָיָה אוֹכֵל דָּבָר מוּעָט מְאֹד", אויך פלעגט ער נישט עסן קיין סאך, ער פלעגט עסן זייער ווייניג, "אֲבָל בְּמַלְבּוּשֵׁי אִשְׁתּוֹ, הָיָה זָהִיר מְאֹד לְכַבְּדָהּ וּלְהַלְבִּישָׁהּ", אבער ווען עס איז געקומען צו זיין ווייב האט ער זייער אכטונג געגעבן איר צו מכבד זיין מיט שיינע קליידער, "וְהָיָה מַפִּיק כָּל רְצוֹנָהּ אַף אִם לֹא הָיְתָה יָדוֹ מַשֶּׂגֶת כָּל כָּךְ", ער האט איר צופרידן געשטעלט דאס מערסטע וואס מען קען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין געלט דאס צו קענען טון.


וויסן זאלסטו אז אויב מען פאלט אריין אין די תאוה פון געלט איז זייער ביטער, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): "וְאֵלּוּ בְּנֵי אָדָם הַנּוֹפְלִים בְּתַאֲווֹת מָמוֹן", די אלע מענטשן וואס לויפן נאך געלט און טראכטן נאר פון געלט, "וְאֵינָם מַאֲמִינִים שֶׁהַקָּדוֹש בָּרוּךְ הוּא, יָכוֹל לְפַרְנֵס אֶת הָאָדָם בְּסִבָּה קַלָּה", זיי גלייבן נישט אז דער אייבערשטער קען זיי העלפן און וועט זיי העלפן, "וְרוֹדְפִים אַחַר פַּרְנָסָתָם בִּיגִיעוֹת גְּדוֹלוֹת", נאר זיי לויפן נאך די געלט מיט אלע כוחות, "וְהֵם אוֹכְלֵי לֶחֶם בְּעִצָּבוֹן", די זענען שטענדיג בעצבות, "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נִקְשָׁרִים בְּפָנִים דְּסִטְרָא אָחֳרָא - אֱֹלהִים אֲחֵרִים", זיי זענען נעבעך צוגעבינדן צו די סטרא אחרא, "חֹשֶׁךְ, בְּחִינַת מִיתָה", עס איז זיי שטענדיג פינסטער, זיי לעבן א טויטע לעבן.


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה און זען וואס דער רבי זאגט דארט, אין וואס פאר א גרויסע סכנה די מענטשן וואס ליגן אין תאוות ממון געפונען זיך; דער רבי זאגט דארט: "כִּי רֹב הָעוֹלָם נִלְכְּדוּ בָּזֶה - הַיְנוּ בְּתַאֲוַות מָמוֹן", רוב וועלט איז געכאפט נעבעך אין דעם קללה פון נאכלויפן און טראכטן א גאנצן צייט פון געלט, "וְהַמָּמוֹן הוֹרֶגֶת וּמֵמִית אוֹתָם", ביז זיי שטארבן פון נאכלויפן געלט. און דער רבי פירט אויס: "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה, כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", מען קען נישט געראטעוועט ווערן פון דעם נאר דורך דעם צדיק.


אמאל האט מען געהערט פון דיר: "הפצה", "הפצה", "הפצה", האסט געזוכט ווי מען קען אריין ברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, היינט הערט מען: "געלט", "געלט", "געלט"; "ווי קען מען מאכן געלט?" "ווער האט געלט?" "דער האט געלט?" אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט, דארט נעמט מען נאר מיט תורה ומעשים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.