מכתב יומי

כח חשון תשפ

November 26 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פארשטיי אז דו פלאגסט זיך, דו גייסט יעצט אריבער שווערע צייטן וכו', אבער דאס איז נישט קיין תירוץ וכו'; אין שלחן ערוך ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה, סימן רנו) אז ווער עס האט נישט קיין געלט קען גיין קלייבן צדקה פאר זיך; עס איז נישט קיין בושה צו גיין נאך געלט, א בושה איז אז מען צאלט נישט קיין רענט, א בושה איז אז מען בארגט און מען באצאלט נישט, וואס דעמאלט ווערט מען אנגערופן א רשע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים לז, כא): "לֹוֶה רָשָׁע וְלֹא יְשַׁלֵּם".


עס איז נישט דא אזא זאך 'נישט צאלן שכר לימוד'; מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט אז מען קען צאלן צוביסלעך. מען דארף צאלן 'שכר לימוד', און אויב מען האט נישט קיין געלט קען מען ארויפגיין אויף די שטאטישע פראגראם פון "וואוטשערס", וואס זיי העלפן צאלן שכר לימוד. מענטשן מיינען אז שכר לימוד איז א נדבה זאך, מען קוקט דאס אן ווי געבן צדקה; דאס איז אבער נישט אזוי, שכר לימוד איז נישט קיין צדקה, שכר לימוד איז חוב פאר עלטערן צו צאלן, אויב מען צאלט דאס נישט איז עס גניבה וגזילה. חוץ פון דעם וואס בדרך כלל קענען מוסדות נישט באצאלן די מלמדים צייטליך ווייל די עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג ווען מען בעט שכר לימוד.


ווער ליידט פון דעם? די קינדער; ווייל דער מלמד זיצט אין כתה, און אנשטאט ער זאל זיין רואיג און וויסן ביי זיך אז ער גייט באקומען זיין געהאלט סוף וואך און ער גייט קענען דעקן זיינע הוצאות וכו', אזוי קען ער זיך אפגעבן מיט די קינדער אזוי ווי עס דארף צו זיין, אנשטאט דעם ווערט ער נעבעך נערוועז פון זיינע חובות און ער איז נישט רואיג אין כתה; הייבט ער אן שרייען, און אסאך מאל קען זיך אפילו מאכן אז ער פארשעמט קינדער וכו'.


אז דו האסט נישט קיין געלט זאלסטו גיין נאך געלט און אריין ברענגען פאר'ן מוסד דאס געלט צוביסלעך; מיר וועלן זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיך וויסנדיג מאכן און צאלן צוביסלעך, עס איז נישט גערעכט צו זיין שולדיג אזוי סאך געלט ווען מיר מוטשען זיך צו קענען צאלן די מלמדים און איינגעשטעלטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.