מכתב יומי

ה כסלו תשפ

December 03 2019

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער הייב אן לערנען משניות; זאג די ווערטער און קוק נישט אויף דעם וואס דו פארשטייסט נישט. זאג א פרק נאך א פרק, דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע מדריגה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): ווען משה רבינו איז געקומען צו פרעה בעטן ער זאל ארויס שיקן די אידן פון מצרים ווייל דער אייבערשטער וויל זיי געבן די תורה ביים בארג סיני, האבן אים די כישוף מאכער'ס געפרעגט: "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרִים?" דו ווילסט נעמען אידן וואס זענען עֲפָרִים אזוי ווי ערד - אויף זייער א נידעריגע מדריגה, און אין זיי ווילסטו אריין ברענגען 'תֶּבֶן' - געטליכקייט?! האט זיי משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי: לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", יא, מען קען נעמען א מענטש, אפילו ער איז טיף אין דער ערד; ער ליגט אין בלאטע, ער איז נעבעך אריין געפאלן אין גראבע עבירות, ער איז באמת א שטיק 'עָפָר' און אים צו ברענגען צו די גרעסטע מדריגות; אויב וועט דער מענטש אנהייבן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי" - זאגן און זאגן בלעטער גמרא און פרקים משניות, וועט ער זוכה זיין תשובה צו טון, "יַרְקָא" איז א לשון פון תשובה, עיין שם.


איך ווייס אז דו ביסט פאריאגט און דו קענסט קוים אטעמען, דו ביסט איינגעטונקען ראשו ורבו אין ברענגען פרנסה, דאך זאלסטו ארויס כאפן אפאר מינוט א טאג צו קענען לערנען דיינע שיעורים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.): ווען א מענטש קומט ארויף אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" בפשטות מיינט מען אים צו פרעגן צי ער האט געהאט א קביעות'דיגער שיעור יעדן טאג צו לערנען תורה. אבער דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד) אז 'קֶבַע' איז א לשון פון 'גְּזֵלָה', אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ"; דאס איז פשט פון די שאלה, מען פרעגט דעם מענטש: 'קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה' האסט אראפ גע'גנב'עט צייט צו לערנען? האסט ארויס געכאפט פון דיין פארנומענעם טאג אפאר מינוט פאר תורה?


נעם מיט דיר מיט א זעקל ספרים און ווען דו האסט אפאר מינוט זאלסטו לערנען אביסל משניות, תהילים וכדומה. א ברסלב'ער חסיד איז אמאל געפארן צו א יריד מיט זיין סחורה, אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א שטארקע רעגן און ער האט נישט געקענט ממשיך זיין צו פארן, האט ער זיך אפגעשטעלט און אויסגעשפרייט א דעכל אויפ'ן וואגן און זיך געזעצט לערנען זיינע שיעורים קבועים. אינמיטן איז רבי נתן אריבער געפארן און געזען ווי דער איד זיצט דארט און לערנט זיינע שיעורים מיט א חיות, מיט א געשמאק... שפעטער האט רבי נתן דערציילט: "איך האב געזען ווי דער איד האט הנאה געהאט אז עס רעגנט, אזוי קען ער נישט ארבעטן און ער קען אביסל לערנען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מוהרא"ש האט שטענדיג געזאגט: "א מענטש האט נישט קיין חברים, אויב יא איז די ווייב דער ערשטער"; אלע חברים זענען גוטע חברים ווי לאנג זיי קענען האבן א טובת הנאה פון דיר, אבער ווען דו וועסט זיין אין א צרה וועט קיינער נישט קוקן אויף דיר.


בעט איך דיר טייערער ליבער ברודער, לאז שוין אפ, הער אויף נאכלויפן מענטשן; ענדערש זיץ אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, העלף דיין ווייב מיט די קינדער, און אז זי דארף נישט דיין הילף זאלסטו אביסל לערנען אין שטוב. די ווענט אין שטוב וועלן ווערן אנגעזאפט מיט תורה, די ווענט וועלן ארויס שרייען: 'דא וואוינט אן ערליכער איד', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית יא.): "בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם וְקוֹרוֹת בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם מְעִידִים בּוֹ", די ווענט פונעם שטוב זאגן עדות וואס עס טוט זיך אין שטוב; די דאך שרייט ארויס וואס דא טוט זיך, אזוי ווי עס שטייט (חבקוק ב, יא): "כִּי אֶבֶן מִקִּיר תִּזְעָק, וְכָפִיס מֵעֵץ יַעֲנֶנָּה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.