מכתב יומי

ה כסלו תשפ"ב

November 09 2021

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


האסט נישט בעסערס וואס צו טון ווי קוקן סטעטו"ס? דיינע אויגן טוען נאכנישט וויי פון קוקן אזוי לאנג אינעם טעלעפאן? ווערסט נישט דיזי?!


נעם א משניות אין די האנט אנשטאט דעם טעלעפאן, דאס לעבן גייט אריבער און עס קומט שוין באלד די צייט וואס מען וועט אוועקנעמען די טעלעפאן פון די האנט, דער מלאך מיט די טויזנט אויגן כאפט אן דעם מענטש און שלעפט ארויס די טעלעפאן, מען בלייבט ליגן אן קיין טעלעפאן, מען וועט אריינלייגן א צווייגעלע אין האנט, דעמאלט וועט מען אפיר נעמען די פרקים משניות, די קאפיטלעך תהילים; ווי גוט וועט דעמאלט זיין פאר דעם וואס האט אויסגענוצט די צייט מיט גוטע זאכן.


א שאד די יארן זאלן אריבערגיין מיט נארישקייטן, א שאד די טייערע טעג און יארן וואס גייט אוועק מיט קוקן שטותים והבלים; ענדערש פארברענג מיט דיינע קינדער, לייג אריין אין זיי ווארעמקייט.


בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר געבן די שטארקייט זאלסט זיך קענען אפרייסן פון די נארישע זאכן.