מכתב יומי
ד כסלו תשפ"ו
November 24 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס ברענגט אריין אין אונז א קלארע לויטערע אמונה, און וויפיל דארפן מיר דאנקען אז מיר האבן מוסדות פון רבי'ן וואו אונזערע קינדער ווייקן זיך מיט אמונה, ווי מוהרא"ש פלעגט אנרופן קהילת היכל הקודש 'א גרינהאו"ז פון אמונה', וואו מען רעדט נאכאמאל און נאכאמאל פון אמונה, אלעס דרייט זיך ארום פון אמונה.
איך וויל דיר דערציילן א מעשה וואס איך האב יעצט געהערט פון א טאטע ווואס זיין זון לערנט ביי אונז אין חדר, ער דערציילט אז זיינע קינדער זענען יעצט ביי זיין שוויגער אינדערהיים, ווייל זיין ווייב איז א קימפעטארין. זיין שוועגערין א מיידל דערציילט היינט פאר זיין ווייב אז אינמיטן די נאכט מוצאי שבת האט זי געהערט וויינען, זי איז צוגעגאנגען און געהערט אז איינער וויינט אין בית הכסא, זי הערט ווי זיין זון וויינט און זאגט: "אייבערשטער העלף מיר, געב מיר אן עצה, איך ווייס נישט וואס צו טון, וואס זאל איך טון? אלע שלאפן און איך קען נישט ארויסגיין..."; בקיצור, עס האט פאסירט וכו' און עס האט שמוציג געמאכט זיינע נאכט קליידער, און ער האט נישט געהאט מיט וואס ארויסצוגיין פון בית הכסא, אנשטאט צו אויפוועקן די גאנצע שטוב האט ער פשוט גערעדט צום אייבערשטן און געבעטן הילף.
ווי נעמט א קינד אזא השגה, צו שמועסן מיטן אייבערשטן אזוי ווי מען שמועסט מיט א חבר? דאס הערט ער נאכאנאנד אין חדר, וואו מען באקט אריין אין די קינדער א קלארע לויטערע אמונה בתמימות ופשיטות; וואס איז דא צו זאגן? איין ווארט, "אשרינו מה טוב חלקינו!" אפילו די בילד איז נישט די בילד וואס איז דא ביי אנדערע, אבער די אמונה וואס ווערט איינגעבאקן - איז זייער קלאר און לויטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.