מכתב יומי

ה כסלו תשפ"ו

November 25 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט ה' כסלו איז די יארצייט פון הייליגן מהרש"א (מ'ורינו ה'רב ר'בי ש'מואל א'ליעזר א'יידליס) זכותו יגן עלינו. דער רבי האט זייער אויסגעלויבט דעם פירוש מהרש"א, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ה), אז דו וועסט נעמען אלע חכמות פון די מחקרים און פילוסופים קומט עס נישט צו צו איין שטיקל מהרש"א.


אויך האט דער רבי דערציילט מעשיות פאר זיין טאכטער די צדיקת אדל ווען זי איז געווען קראנק און דער הייליגער רבי איז איר געקומען באזוכן, דער רבי האט געהאט גרויס צער זעענדיג ווי אדל איז אזוי קראנק, און דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו - דער זיידע פון רבי'ן - איז געקומען אין חלום און געפרעגט: "פארוואס ביסטו אזוי בצער?" האט דער רבי געענטפערט פארן הייליגן בעל שם טוב: "איך בין בצער וועגן מיין טאכטער, וואס זי איז אזוי קראנק", האט דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געזאגט אין חלום פארן רבי'ן, עס שטייט אין פסוק (תהילים מג, נא): "מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת מַלְכּוֹ וְעֹשֶׂה חֶסֶד לִמְשִׁיחוֹ", די כוונה איז, 'מַגְדִּיל יְשׁוּעוֹת' דער אייבערשטער מאכט גרויסע ישועות, 'מַלְכּוֹ' פאר די צדיקים וואס זיי זענען מלכים (מאן מלכי רבנן [גיטין סב.]) 'וְעֹשֶׂה חֶסֶד' און ער טוט חסד, 'לִמְשִׁיחוֹ' פאר די וואס דערציילן, 'מֵשִׂיחַ' איז א לשון פון שמועסן, מסיח; דער אייבערשטער מאכט וואונדער פאר די וואס דערציילן מעשיות פון צדיקים, דער בעל שם טוב האט געזאגט פארן רבי'ן: "דורך סיפורי צדיקים וועסטו זען א ישועה".


דער הייליגער רבי האט זיך אויפגעוועקט און אנגעהויבן דערציילן א מעשה פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א  זכותו יגן עלינו. אין די צייטן פונעם הייליגן צדיק דער מהרש"א איז געווען אין די שטאט אוסטרהא - די שטאט וואו דער מוהרש"א איז געווען דער רב - א גרויסער קלויסטער, דארט איז געווען א שרעקליכע טומאה, און נישט ווייט פון די קלויסטער האט זיך געפונען דער אידישער בית החיים פון די שטאט אוסטרהא, און יעדע מאל עס פלעגט זיין א לוי' פלעגט מען דארפן אריבערגיין די קלויסטער, און די גלעקלעך פון די קלויסטער פלעגן זיך צוקלינגען און פארכאפן די מענטשן אין די טומאה.


דער הייליגער מהרש"א האט געוואוסט פון די טומאה, האט ער באפוילן, אז ווען עס וועט קומען די צייט ווען ער וועט אוועקגיין פון די וועלט און מען וועט אריבערגיין מיט זיין מיטה דעם קלויסטער - זאל מען לייגן אויפן בעט זיין הייליגן ספר חידושי מהרש"א. אזוי איז טאקע געווען, דער הייליגער מהרש"א איז נפטר געווארן און מען האט דורכגעפירט זיין מיטה דורך דעם שרעקליכן טומאה, און אין די מינוט וואס די מיטה איז אריבער די טומאה און די גלעקלעך האבן אנגעהויבן זינגען - האט דער הייליגער מוהרש"א זיך אויפגעזעצט אויף זיין בעט און אנגעהויבן מישן די בלעטער פון זיין הייליגן ספר. דער גאנצער עולם קוקט זיך צו, עס איז א פחד און א שרעק צו זען דעם הייליגן מהרש"א נאכן פטירה זיצן און מישן די בלעטער, און אזוי מישנדיג זעט מען א שרעקליכע זאך, די קלויסטער הויבט אן איינזינקען אין דער ערד, יעדע בלאט וואס דער מוהרש"א מישט - גייט אראפ די גאנצע טומאה מער און מער מיט אלע מענטשן, מיט אלע חפצים; ביז מען האט איר שוין מער נישט געזען און עס איז געבליבן א זכר, א סימן - דארט ארום די פלאץ עד היום הזה.


ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן די מעשה האט אדל זיך שוין אנגעהויבן גוט צו שפירן, און זי פלעגט שטענדיג דערציילן די מעשה פאר אנדערע קראנקע וואס האבן געדארפט א רפואה, אויך רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט דערציילן די מעשה פאר חולים, און היינט אין דער יארצייט איז א גרויסע סגולה צו דערציילן די מעשה, עס ברענגט ישועות.


אנשי שלומינו פירן זיך אויך אזוי, מען דערציילט די מעשה ווען מען דארף א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.