מכתב יומי

ה ניסן תשע"ח

March 21 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל דערמאנען וואס היכל הקודש איז. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תצה): "אִלּוּ הָיִינוּ רוֹאִין אוֹצָר הָיִינוּ רָצִים בְּוַדַּאי אֵלָיו, וְהָיִינוּ חוֹפְרִים וּמְלַכְלְכִים עַצְמֵנוּ בְּרֶפֶשׁ וָטִיט בִּשְׁבִיל לַחְתֹּר אַחֲרָיו וּלְמָצְאוֹ", ווען איר וואלט געטראפן אן אוצר, וואלט איר דאך זיכער אהין געלאפן און געגראבן דארט כדי צו זוכן ווי מער מען קען נעמען פונעם אוצר, איר וואלט נישט געקוקט צי איר ווערט שמוציג, נאר איר וואלט אריין געקראכן אין בלאטע אבי צו נעמען פונעם אוצר, "וַהֲלֹא אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם, וּמַדּוּעַ לֹא יִהְיוּ לְהוּטִים וְרָצִים אַחֲרַי לְקַבְּלוֹ?!" איך בין דאך אן אוצר פון יראת שמים, פארוואס לויפט איר מיר נישט נאך צו נעמען פון מיין אוצר.


דער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד - א וועג פאר יעדן איינעם צו לערנען די הייליגע תורה; אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערענט זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", דער עיקר זאל מען זאגן די אותיות פון די תורה, אפילו מען פארשטייט נישט, ווייל ביים סוף וועט מען פארשטיין.


זאג נישט אז דו ווייסט שוין פון דעם, נאר נעם אן די ווערטער וואס איך שרייב דיר ווי א נייע בריוו; שטעל דיר פאר אז דו באקומסט יעצט א נייעם שכל, א נייער וועג ווי אזוי דו קענסט מצליח זיין אין לערנען, דו וואלסט עס זיכער געליינט מיט א מורא'דיגע פרישקייט, אזוי זאלסטו ליינען דעם בריוו וואס איך שרייב דיר.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "יעדעס מאל ווען מען קומט צום צדיק דארף מען טראכטן 'דאס איז מיין ערשטע מאל וואס איך קום צום צדיק', נישט אז מען איז שוין דא געווען און יעצט קומט מען דעם צווייטן מאל, נאר כסדר אנהייבן פון פריש"; אזוי איז מען זוכה צו נעמען פונעם צדיק אלע עצות און אלע חיזוקים.


איך האב נאר איין כוונה מיט די בריוו וואס איך שרייב דיר - איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט זוכה זיין צו אלע גוטס וואס דער אייבערשטער וועט באצאלן פאר אלע וואס לערנען די הייליגע תורה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה סה.): א גוי האט געפרעגט דעם הייליגן אמורא רבא: "אִית לְכוּ כִּי הַאי גַּוְנָא לְעָלְמָא דְּאָתֵי" איר וועט אויך האבן אזעלכע תענוגים ווי מיר גוים האבן דא אויף דער וועלט? "אָמַר לֵיהּ, דִּידַן עֲדִיפָא טְפֵי מֵהַאי", האט רבא אים געענטפערט, אונזער שכר איז מער ווי אלע ענקערע תענוגים, "אָמַר לֵיהּ, טְפֵי מֵהַאי מִי הֲוָה", איז דען דא מער תענוגים ווי מיר האבן?! א גוי פארשטייט דאך נישט וואס א איד איז; וואס א איד שפירט אויף דער וועלט ווען ער שפירט אביסל נאנטקייט צום הייליגן באשעפער וואס דאס איז דער גרעסטער תענוג וואס איז נאר אויף דער וועלט, האט ער געפרעגט רבא: איז דען דא א גרעסערע תענוג ווי מיר האבן פון אונזערע תאוות?! "אָמַר לֵיהּ, אַתּוּן אִיכָּא עֲלַיְיכוּ אֵימְתָא דְמַלְכוּתָא, אֲנַן לָא תֶּיהֱוֵי עֲלַן אֵימְתָא דְמַלְכוּתָא", האט אים רבא געענטפערט, ענקער תענוג איז נישט קיין תענוג וואס בלייבט, ווייל יעצט האסטו הנאה פון דיין תאוה אבער באלד קען זיין אז דער קעניג וועט דיר רופן און באשטראפן וכו', און אזוי איז טאקע געווען, אינמיטן רעדן מיט רבא איז אנגעקומען א מעלדונג פון קעניג אז דער קעניג רופט אים, עיין שם.


זעט מען פון דעם אז אלעס אנדערש פון תורה, תפילה און מעשים טובים איז נארישקייטן, ווייל היינט האסטו הנאה און מארגן גייט אלעס אוועק פון דיר וכו'; דערפאר בעט איך דיר זייער מיין טייערער ברודער, נעם יעצט א גמרא און הייב אן לערנען כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. עס איז נישט דא קיין בעסערע זאך אויף דער וועלט ווי לערנען די הייליגע תורה; דאס איז היכל הקודש - נאכאמאל תורה ותפילה און נאכאמאל תורה ותפילה.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א פרייליכן כשר'ן יום טוב פסח; ווי מער תפילה דו וועסט אריין לייגן פארן יום טוב אלץ מער וועסטו זוכה זיין צו שפירן דעם הייליגקייט פון יום טוב.


תפילה איז א זאך וואס באהעפט דעם מענטש צום אייבערשטן; ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן און פארציילט אים אלעס וואס ליגט אים אויפן הארץ, אלץ מער ווערט דער מענטש צוגעקלעבט צום אייבערשטן און עס הייבט אן שיינען אויף אים די שכינה הקדושה.


זיי געזונט און שטארק.