מכתב יומי

ה ניסן תשפ

March 30 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר,


איין זאך בעט איך דיר, לאז נישט אפ דיין ווילן, אפילו דו זעסט אז עס גייט נישט זאלסטו ווייטער וועלן זיין גוט.


כל זמן דו וועסט וועלן, בענקען און גליסטן צו זיין אן ערליכער איד וועסטו ביים סוף זוכה זיין צום דעם. אזוי ווי די מעשה גייט מיט'ן רבינ'ס מחותנים, הרב הקדוש מוואלטשיסק זכותו יגן עלינו און הרב הקדוש מחמעלניק זכותו יגן עלינו. דער וואלטשיסקער רב האט זייער שטארק געוואלט אנקומען אויף ארץ ישראל, פערציג יאר האט ער געבענקט און מתפלל געווען אז ער זאל זוכה זיין אנצוקומען אויף ארץ ישראל; ווען דער חמעלינקער רב האט דאס געהערט האט ער געלאכט דערפון, ער האט געזאגט: "וואס בענקט ער אזוי סאך און וואס איז ער אזוי מתפלל אויף דעם? אז מען וויל פארן נעמט מען געלט און מען פארט!" ווען מען האט דאס דערציילט פאר'ן רבי'ן האט דער הייליגער רבי געזאגט: "איר וועט זען אז דער וואלטשיסקער רב - וויבאלד ער בענקט קיין ארץ ישראל - וועט צום סוף זוכה זיין צו פארן קיין ארץ ישראל, ווידער דער חמעלניקער רב - וואס זאגט אז מען נעמט געלט און מען פארט - וועט נישט אנקומען קיין ארץ ישראל", און אזוי איז טאקע געווען.


זעט מען פון דעם אז דער עיקר איז דער רצון; ווילאנג א מענטש וויל זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, כל זמן א מענטש בענקט צום אייבערשטן, ער בענקט ארויס צו גיין פון זיינע שלעכטע מעשים - וועט ער צום סוף זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיינע שלעכטע מעשים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת צו, ו' ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר,


מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז דער הייליגער צדיק רבי דוד ממיקולייב זכר צדיק לברכה, א תלמיד פון בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געפארן מאכן וויין פאר'ן הייליגן בעל שם טוב; ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ און דער וועכטער האט געעפנט דעם פאס וויין און עס דורכדעם געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווען זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסט געבעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געזאגט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב: "איך האב אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן", האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט: "אן תפילה קען דער מענטש גארנישט טון, מען מיינט אז מען קען זיך אליינס אן עצה געבן, אבער אן תפילה קען מען גארנישט".


יעצט ווען מיר רוימען אויס דעם חמץ דארפן מיר אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל נישט נכשל ווערן מיט חמץ חס ושלום און מיר זאלן האבן א פרייליכע יום טוב פסח, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין אויס צו רוימען דעם חמץ און צו א פרייליכן יום טוב.


בנוגע חומרות וכו'; עס איז שווער צו שרייבן באופן כללי, פון איין זייט האט דער רבי נישט געוואלט מיר זאלן לעבן מיט חומרות, אבער פון די אנדערע זייט זעען מיר אז דער רבי האט נישט געבראקט במשך דעם גאנצן יום טוב פסח, נאר אחרון של פסח, דעריבער איז כדאי דו זאלסט פרעגן יעדע זאך, אזוי וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


איך ווארט צו הערן פון דיר ווי אזוי דו שפירסט זיך; דו, דיין ווייב און קינדער. מען קען זיך נישט טרעפן פנים בפנים אין די טעג, אלע זענען איינגעשפארט אין שטוב, אבער מען קען זיך שרייבן און מען דארף זיך שרייבן; איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן פון דיר בכתב וואס דו מאכסט.