מכתב יומי

ח ניסן תשפ"א

March 21 2021

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


נאר פרייליך, שמחה ברענגט הצלחה. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה, חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז שטענדיג פרייליך - איז מצליח אין לעבן; אז דו ווילסט מצליח זיין אין לעבן זאלסטו זיך שטארקן צו זיין פרייליך. קוק נישט אויף קיינעם, זיץ אין דיין ווינקל מיט א דביקות צום אייבערשטן.


מען זעט מענטשן לויפן; מען לויפט אהער, מען לויפט אהין, מען ווייסט נישט וואו מען לויפט און פארוואס מען לויפט; וואויל איז דעם וואס אנטלויפט שטענדיג צום אייבערשטן, ער זיצט זיך אין זיין ווינקל, ער איז זיך מתבודד מיט'ן אייבערשטן; דער לעבט א חיים טובים, א גוט לעבן, א זיס לעבן.


האב נישט מורא פון קיינעם; קיינער קען דיר גארנישט שלעכטס טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", מען צעקלאפט זיך נישט די פינגער, "אֶלָּא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", נאר אז מען רופט אויס אויבן אין הימל; גארנישט קען נישט פאסירן נאר אז מען רופט אויס אויבן אין הימל.


מארגן ענדיגן מיר מסכת פסחים; הלואי וואלסטו אנגעהויבן לערנען אביסל אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) וואלסטו אויך געקענט מסיים זיין מארגן מסכת פסחים; איך האף אז דו וועסט זיך מיטכאפן מיט מסכת שקלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - א' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


זיי זיך קובע צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים, בפרט די ליכטיגע ספרים פון מוהרא"ש, די זיסע בריוו פון ספר אשר בנחל. ווער עס מאכט זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים און פאלגט דעם הייליגן רבי'ן, דער דארף שוין גארנישט, דער וויל גארנישט, נאר דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יב, מבעל תפילה) ווען דער בעל תפילה האט זיי געגעבן פון זיין עסן האבן זיי אוועק געווארפן זייער גאנצע תאות הממון, זיי האבן זיך אנגעהויבן שעמען פון זייער געלט, זיי האבן געשפירט אז דאס איז צואה וכו'; קוק נאך די גאנצע מעשה דארט.


געב אכטונג אויף דיינע קינדער, בפרט יעצט ווען מען איז אזוי פארנומען מיט'ן אויסרוימען די חמץ און מיט'ן אריינברענגען דעם יום טוב, טאר מען נישט פארגעסן פון די קינדער. מען דארף זיי ווייזן ווי אזוי מען פירט זיך אויף, דאס איז די גרעסטע חינוך; ווען די קינדער זעען א לעבעדיגע ביישפיל ווי טאטע מאמע פירן זיך, ווי טאטע מאמע פארלירן זיך נישט אין די ערב יום טוב זמנים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.