מכתב יומי

ה שבט תשע"ט

January 11 2019

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בא, ה' שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט ווען עס קומט שבת איז נישט דא קיין באנק, נישט דא קיין געלט, נישט דא קיין דאגות; יעצט איז די צייט צו טראכטן אביסל פון תכלית און טראכטן אביסל פון די נשמה. דער זוהר הקדוש רופט אן שבת (פרשת ויקהל, רה:): "הַאי יוֹמָא, יוֹמָא דְנִשְׁמָתִין הוּא וְלֹא יוֹמָא דְגוּפָא", שבת איז א טאג פאר די נשמה, נישט פארן גוף.


דערפאר בעט איך דיר זאלסט קומען אין בית המדרש דאווענען אלע תפילות מיט מנין און מאכן שיינע סעודות און זיין נאר פרייליך א גאנץ שבת, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו גרויס שפע, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יא, א) אויפן פסוק (משלי י, כב): "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר וְלֹא יוֹסִף עֶצֶב עִמָּהּ" - "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר - זּוֹ הַשַּׁבָּת", אז מען היט דעם שבת און מען פריידט זיך א גאנץ שבת - איז מען זוכה צו עשירות.


הייב היינט אן לערנען דעם 'דף גמרא' וועסטו זיך שפירן אין גאנצן אנדערש; דו וועסט שפירן א צופרידנקייט אין דיר, דו וועסט שפירן א זאך וואס דו האסט קיינמאל באפאר נישט געשפירט. יעדעס מאל מען איז זוכה צו לערנען נאך אביסל תורה שפירט מען ווי מען איז עפעס ווערד, ווייל פון אזויפיל עבירות אין וואס מען פאלט אריין הייבט מען אן שפירן ביי זיך ווי מען איז גאנישט, און מען הייבט אן טראכטן נארישע מחשבות רחמנא לצלן, אבער ווען מען לערנט תורה הייבט מען אן שפירן א אינערליכע געשמאק אין לעבן.


יעצט שבת איז א צייט וואס מען קען אביסל אפ-אטעמען פון די געיעג פון די גאנצע וואך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק א): "לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵךְ לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים, וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה", א מענטש זאל אויפשטיין שבת אינדערפרי גיין אין שול לערנען און דאווענען, און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, "לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אֶלָא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", ווייל דער אייבערשטער האט נישט קיין נחת רוח פונעם מענטש נאר אויב ער לערנט תורה; שבת האט מען אביסל צייט, מען דארף נישט לויפן דעקן דעם באנק און צאלן אלע בילס וכו' וכו', דערפאר איז דעמאלט א גוטע צייט צו לערנען אביסל די הייליגע תורה.


א פרייליכן שבת.