מכתב יומי

ה תמוז תשע"ט

July 08 2019

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


טייערער ברודער, הארציגער חבר; ווי גליקליך זענען מיר אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע עצות, בפרט די עצה פון התבודדות. אז מיר זאלן יעדן טאג רעדן צום אייבערשטן; אים דאנקען און לויבן אויף אלע חסדים און אים בעטן אויף אלעס וואס מיר דארפן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק טו): "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ", ווען א מענטש רעדט אסאך צום אייבערשטן, ער שמועסט אסאך צום אייבערשטן, וועט דאס אים באגלייטן צו זיין אייביגע רוה.


ווען מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן איז מען קיינמאל נישט אלייינס, אפילו מען זאל זיין אין א צרה האט מען א וועג ארויס. מוהרא"ש האט דערציילט אז ווען ער האט געכאפט זיין הארץ אטאקע לא עלינו איז ער געזיצן אונטן אין זיין צימער שפעט ביינאכט, ער האט געשפירט ווי ער קען נישט אטעמען, ער האט נישט געוויסט וואס צו טון און וועם צו רופן, "אבער איין זאך האב איך געהאט – תפילה! איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך זאל נאך קענען ארויף גיין אין שטוב, אז מען זאל זען ווי איך ווער נפטר, און נישט בלייבן דא איינגעשפארט אליין, דעמאלט האב איך געזען - האט מוהרא"ש געזאגט - פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק טו): 'לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת, הֵם הַמְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁיַּגִּיעַ לְבֵית עוֹלָמוֹ', נאר דאס נעמט א מענטש מיט לבית עולמו".


טייערער ברודער, געב א קוק וואס טוט זיך אויף די וועלט; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף שטענדיג קוקן אויף זיינע רווחים ברוחניות. פונקט ווי ביי גשמיות ווען א מענטש האט א ביזנעס דארף ער האלטן חשבון צי די ביזנעס פארדינט אדער דערלייגט, אזוי און נאך מער דארף מען זיך כסדר בודק זיין: 'וואס טו איך אויף די וועלט?' 'אפשר נַאר איך זיך?' און זען זיך טאקע נישט צו לאזן נארן.


כאפ אריין אביסל תורה, זע צו לערנען פרקים משניות און גמרא; דאס וועט בלייבן מיט דיר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.