מכתב יומי

ה תמוז תשפ"ב

July 04 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


מענטשן פרעגן, ווי אזוי מעג מען זאגן: "שכוח אייבערשטער"? יישר כח מיינט אז מען וואונטשט יענעם ער זאל באקומען כח; דער אייבערשטער דארף דען דיין כח? אזוי פרעגן מיר מענטשן.


ערשטנ'ס "שכוח" איז א דאנק ווארט; ווען מען זאגט פאר א צווייטן "שכוח" - מיינט דאס "איך דאנק דיר"; קיינער טראכט נישט יעצט פונעם דקדוק: "יישר כח" - עס זאל געשטארקט ווערן דיין כח; עס איז א ווארט פון דאנקען.


צווייטנס, דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת בא, דף מ ע"ב) ווען מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן - ווערט דער אייבערשטער שטערקער און גרעסער; ווי מער מען לויבט אים און מען דערציילט די ניסים וואס ער טוט - "כְּדֵין אִתּוֹסָף לֵיהּ חֵילָא וּגְבוּרְתָּא לְעֵילָּא", ווערט דער אייבערשטער שטערקער און גרעסער, "וְיִשְׂרָאֵל בְּהַהוּא סִפּוּרָא יַהֲבֵי חֵילָא לְמָארֵיהוֹן", ווען אידן דערציילן די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט - געבן זיי כח פאר'ן אייבערשטן, "כְּמַלְכָּא", א משל צו א קעניג, "דְּאִתּוֹסָף חֵילָא וּגְבוּרְתָּא", וואס ווערט שטערקער און גרעסער, "כַּד מְשַׁבְּחִין גְּבוּרְתֵּיהּ", ווען מען לויבט זיינע שטארקע מעשים, "וְאוֹדָן לֵיהּ", און מען לויבט אים, "וְכֻלְּהוּ דַּחֲלִין מִקָמֵיהּ", אלע באקומען א שרעק פון אים, "וְאִסְתַּלָּק יְקָרֵיהּ עַל כֻּלְּהוּ", און אלע געבן אים כבוד.


דיין מויל זאל נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; דאס וועט דיר געבן כח און דאס וועט דיר ברענגען ישועות אין אלע הינזיכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.