מכתב יומי
ז תשרי תשפ"א
September 25 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב' - תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
מיר האלטן ערב שבת תשובה, די ערשטע שבת פונעם נייעם יאר תשפ"א; וויל איך דיר בעטן זאלסט פרובירן מיט אלע כוחות זיך איינצוהאלטן נישט צו זיין נערוועז. זיי מקבל דעם שבת מיט שמחה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לְהִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָֹמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת, כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך; עס זאל דיר גארנישט אנגיין, עס זאל זיין ביי דיר א בחינה פון (כתובות קג:): "מֵּת בְּעֶרֶב שַׁבָּת סִימָן יָפָה לוֹ"; ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו טייטשט (הובא בבעל שם טוב על התורה בראשית, אות עט): מֵת בְּעֶרֶב שַׁבָּת - ווען א מענטש איז זוכה, ער קומט צו די מדריגה אז ער איז בטל ומבוטל צום אייבערשטן, ער איז מקבל שבת אויף דעם אופן, סִימָן יָפָה לוֹ - איז א סימן אז דער מענטש איז אויף א הויכע מדרגה.
איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע כוחות נישט צו מאכן קיין נערווען אין שטוב, עס זאל דיר נישט אנגיין אז דאס איז נישט גרייט אדער יענץ איז נישט געמאכט וכו' וכו'; דו זאלסט נאר זיין פרייליך. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "שבת דארף מען זיין פרייליך", רבי נתן איז פון דעם געווארן צעבראכן, ווייל ער איז נישט פרייליך, האט אים דער רבי געזאגט: "דאס דארף דיך אויך נישט אנגיין, אז דו ביסט נישט פרייליך", דער רבי האט גלייך געכאפט וואס רבי נתן טראכט און אים גלייך געזאגט און בארואיגט אז שבת דארף מען גארנישט - נאר זיין פרייליך.
איך בין נעכטן נאכט געווען אין מאנסי ביי די לחיים פון הבחור החתן ... נרו יאיר; איך האב נישט קיין כח און צייט צו גיין טאג און נאכט צו שמחות, אבער פאר בחורים און אינגעלייט וואס געבן זיך אוועק צו בויען די מוסד - צו זיי גיי איך אן כח און אן צייט.
יום הקדוש וועל איך זיין אין קרית ברסלב ליבערטי, עס וועט זיין א מנין אין שול אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, אויך אין קרית יואל וועלן אלע שולן אנגיין ווי געהעריג. יום טוב סוכות סיי די ערשטע טעג און סיי די צווייטע טעג וועל איך זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין וויליאמסבורג.
איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב תחי', געב איר דאס איבער נאך פאר שבת, עס איז וויכטיג זי זאל עס ליינען פאר ליכט צינדן.
א פרייליכן שבת.
א גמר חתימה טובה.
~~~~~~~~~~
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב' - תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'.
די שבת איז זייער א גרויסע שבת, עס איז די ערשטע שבת פונעם נייעם יאר; דעם שבת רופט מען 'שבת תשובה' ווייל אלע טוען יעצט תשובה, מען גייט אוועק פון די אלטע וועג און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן.
דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט אויפנעמען דעם שבת מיט א שמחה, מיט א שטארקע פרייליכקייט; עס זאל אייך גארנישט אנגיין. לאזט נישט אריין די נישט גוטע אין שטוב, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", די נישט גוטע קומען דארט וואו מען קריגט זיך; לאזט נישט אריין דעם שטן אין שטוב, זייט מותר, זייט מוחל, זייט ווייעך - בפרט צו אייער מאן, וועט דער אייבערשטער קומען אין שטוב, עס וועט זיין א פלאץ פאר השראת השכינה.
ווען איר צינדט אן די שבת ליכט פונעם נייעם יאר זאלט איר בעטן ביי די ליכט פאר אייך, פאר אייערע דורות און פאר אלע אידן. פרויען ווייסן נישט און טראכטן נישט וואס פאר א כח זיי האבן; ווען זיי צינדן אן די ליכט צינדן זיך אן אלע הימלען און דער אייבערשטער שטייט און ווארט צו הערן די תפילות זייערע.
איך שרייב אייך א קליינע תפילה וואס איר זאלט בעטן און איר זאלט צולייגן צו דעם תפילה אייערע אייגענע תפילות:
"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי נֵייעֶ יָאר זָאל זַיין אַ גֶעזוּנְטֶע יָאר, אַ גְלִיקְלִיכֶע יָאר; אַ יָאר פוּן שִׂמְחָה, אַ יָאר פוּן יְשׁוּעוֹת, אַ יָאר וָואס מִיר וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן - יֶעדֶער אֵיינֶער פוּן זַיין פְּרִיוַואטֶע צָרוֹת אוּן אַלֶע אִידְן אִינְאֵיינֶעם וֶועלְן אוֹיסְגֶעלֵייזְט וֶוערְן בִּכְּלָלִיּוֹת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם אִין אוּנְזֶער שְׁטוּבּ, הֶעלְף אוּנְז מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן, מִיר זָאלְן אוֹיפְצִיעֶן דִי קִינְדֶער זָאלְן זַיין עֶרְלִיכֶע אִידְן"; אזוי זאלט איר צולייגן אייערע אייגענע תפילות.
א פרייליכן שבת.
א גמר חתימה טובה.