מכתב יומי

ה תשרי תשפ"ג

September 30 2022

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וילך - תשובה, ה' תשרי, שנת תשפ"ג, לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז שבת תשובה, די ערשטע שבת פונעם יאר. מיר פירן זיך צו עסן פון ראש השנה ביז סוכות רינדעכיגע חלות. די פשוט'ע טעם איז צו דערמאנען פון "המלך", מען קרוינט יעצט דעם אייבערשטן; די חלה מאכט מען עס זאל אויסזען ווי א קרוין, יעצט זענען מיר ממליך דעם הייליגן באשעפער, מיר שרייען אויס: "דו ביסט אונזער טאטע, דו ביסט אונזער קעניג".


דעם צווייטן טאג ראש השנה האבן מיר דערמאנט ביי די תקיעת שופר דרשה א משל וואס צדיקים פלעגן זאגן ביי די דרשות פון די הייליגע טעג. עס איז געווען א קעניג וואס די רויבערס האבן פארכאפט זיין קינד, דער קינד האט געווארט אויף די צייט וואס דער קעניג קומט אין פעלד כאפן חיות, ווען ער האט געזען זיין טאטע האט ער געגעבן א שריי: "טאטע!" "קעניג!" זענען אלע רויבערס אנטלאפן פון פחד, אזוי איז ער צוריק צום טאטן.


אזוי אויך, מיר זענען פארכאפט ביי די נישט גוטע, מען איז ליידער אנגעקומען צו די רויבערס. יעצט אין חודש אלול ותשרי קומט דער אייבערשטער כביכול אראפ צווישן אונז, א בחינה פון: "מלך בשדה", דער קעניג גייט אין פעלד; געבן מיר א געשריי אבינו מלכינו: "טאטע!" "קעניג!" אזוי אנטלויפן אלע קליפות, אלע מקטריגים, און מיר קלעבן זיך צוריק צו צום אייבערשטן.


עס איז דא נאך א טעם פארוואס מיר עסן רינדעכיגע חלות, אונז צו דערמאנען אז מען האט טאקע יעצט אנגעהויבן די יאר, אבער מען דארף וויסן אז מען געבט זיך איין דריי און די יאר גייט פארביי. האסט געמאכט פרישע קבלות טובות, יעצט ביים אנהויב יאר דארף מען דאס שוין אנהויבן צו טון.


האסט זיך מקבל געווען צו דאווענען מיט מנין - הויב שוין אן גיין אין שול דריי מאל א טאג, שטופ דאס נישט אפ אויף מארגן.


האסט זיך מקבל געווען א קבלה טובה לכבוד דעם נייעם יאר צו גיין יעדן טאג אין מקוה - גיי שוין היינט אין מקוה.


האסט זיך מקבל געווען לכבוד דעם נייעם יאר נישט אהיים צו ברענגען דיין טעלעפאן, קוק אויף די רינדעכיגע חלה; די יאר האט זיך שוין אנגעהויבן און עס ענדיגט זיך שוין, לייג שוין ארויס די זאכן פון שטוב.


אויך פירן מיר זיך צו עסן פון ראש השנה ביז סוכות פיר עקעדיגע לאקשן. איך ווייס נישט די טעם, איך טראכט א טעם. מוהרא"ש פלעגט דערציילן, דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט אין שטוב פאר זיין ווייב: "היינט וויל איך נישט פאר נאכטמאל קאשע, היינט וויל איך לאקשן", שפעטער האט ער געזאגט אין שטוב אז ער מיינט צו זאגן ער וויל מער נישט קיין קשיות און שאלות, ער וויל פון היינט לֹא-קָשְׁן, נישט קיין קשיות. יעצט ווען מיר שטייען אין די טעג וואס מיר זענען ממליך דעם אייבערשטן - עסן מיר לאקשן פון פיר עקן; געענדיגט מיט קשיות, לֹא-קָשְׁן, פאר אלע זייטן, ת'הא ש'נת פ'רעג ג'ארנישט, אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט זינגען: "מזרח דו מעריב דו, צפון דו דרום דו, וואו איך גיי ביסטו באשעפער, ווען עס גייט מיר גוט - ביסטו עס באשעפער, און אז חלילה פארקערט - ביסטו עס ווייטער באשעפער".


זיי זיך מקבל לכבוד די נייע יאר צו האלטן ביים דאווענען דיינע קינדער מיט דיר. מען דארף טאקע אסאך נערווען, אסאך געדולד, עס איז נישט גרינג, אבער גלייב מיר, עס איז אסאך שווערער שפעטער מיט גרויסע קינדער וואס זענען נישט מחונך. עס לוינט זיך צו האבן געדולד, ת'הא ש'נת פ'יל ג'עדולד. נעם זיך מיט קענדיס אדער אנדערע נאש, און יעדע פאר מינוט געב פאר דיינע קינדער נאך א קלייניקייט; אזוי ווי מלמדים ארבעטן מיט די קינדער א גאנצן טאג אין חדר מיט טיקעטס, מיט שטערנדלעך, מיט גוטע נאש.


לאז זיי נישט ארומלויפן ביים דאווענען. די גאר קליינע געוואוין איין צו זאגן: "אמן". דער רמ"א זאגט (אורח חיים סימן קכד, סעיף ז): "מִיָּד שֶׁהַתִּינוֹק עוֹנֶה 'אָמֵן', יֵשׁ לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", גלייך פון ווען א קינד זאגט אמן, איז ער א בן עולם הבא, און לויט די עלטער געוואוין זיי צו צו דאווענען מער און מער, קודם ברכו, נקדישך, כתר, ושמרו; אזוי צוביסליך מער און מער.


איינער האט מיך געפרעגט אין אומאן, גייענדיג ראש השנה פארטאגס צום ציון מיט'ן עולם, מיט מיינע קליינע קינדער: "ווי האט דער ראש ישיבה די הארץ אויפצואוועקן די קליינע קינדער אום פינף אזייגער פארטאגס, זיי שלעפן שלאפעדיגערהייט צום ציון?" זאג איך אים: "נאר ווייל איך האב רחמנות טו איך דאס, איך קען נישט צוזען זיי זאלן בלייבן שלאפן, איך וויל זיי געבן דאס בעסטע פאר זיי, איך וויל זיי אויסלערנען גיין צום ציון".


די וואך אין די פרשה געפונען מיר, משה רבינו גרייט אן זיין תלמיד יהושע בן נון מיט אזויפיל חיזוק, צייל אפ וויפיל מאל משה רבינו זאגט אים איבער און איבער שטארק זיך און דערהאלט זיך; ממש דאס טוט דער הייליגער רבי מיט אונז, ער שטארקט אונז מיר זאלן נישט אפלאזן די ווילן, נישט אויפהערן בענקען צו זיין א גרויסער צדיק.


זע צו העלפן אין שטוב אנגרייטן דעם שבת, איך ווייס דו ביסט נאך זייער אפגעמאטערט פון די לאנגע נסיעה, איך בין נאך אויך גוט אפגעמאטערט, איך ווייס נאכנישט אויב איך וועל געבן א שיעור מאנטאג ערב יום הקדוש, אם ירצה ה' ליל שישי האזינו וועט זיין א שיעור.


א פרייליכן שבת.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וילך - תשובה, ה' תשרי, שנת תשפ"ג, לפרט קטן


 מרת ... תחי'


די וואך שבת איז די ערשטע שבת פונעם נייעם יאר. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "אלעס גייט אזוי ווי די אנהויב, אז דער אנהויב איז פרייליך, דער אנהויב איז גוט - איז די גאנצע יאר גוט".


וויל איך אייך בעטן איר זאלט זיין פרייליך דעם שבת, און ווען איר צינדט ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אז די נייע יאר זאל זיין א פרייליכע יאר, א גוטע יאר; ווייל אלעס ווענדט זיך אויב מען איז פרייליך. ווען מען איז פרייליך האט מען שלום בית, האט מען געדולד צו די קינדער; אלעס איז אנגעהאנגען אין מדת השמחה.


איך דארף מקצר זיין, איך בין נאך זייער אפגעמאטערט פון די נסיעה.


א פרייליכן שבת.