מכתב יומי

ה אב תשפ"ב

August 02 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ה' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


צו א ווייב דארף מען רעדן שיין און ווייך, און ווען זי קרעכצט און זי וויינט - דארף מען איר אויסהערן און בארואיגן; וויי איז פאר דעם וואס מאכט חוזק פון זיין ווייב, ער טשעפעט און טוט איר וויי, ער וועט באקומען א ביטערער עונש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ", מען דארף זיך זייער היטן נישט צו טשעפען די ווייב, "שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", ווייל זיי וויינען שנעל און דאס איז א גרויסע סכנה.


ווי שעמסטו זיך נישט צו זאגן פאר דיין ווייב: "אויב דו הערסט נישט אויף צו וויינען וועל איך דיר פארקלעבן דיין מויל מיט טעיפ"?! שעם זיך! אזוי רעדט א איד? אזוי רעדט א ברסלב'ער חסיד?! אפילו פאר א ווערטל איז דאס שלעכט.


רוף יעצט אהיים איבערבעטן דיין ווייב און הער אויף טשעפען; וואס וועסטו טון ווען זי וועט דיר איבערלאזן? ווער וועט קוקן אויף דיר?! דו וועסט גארנישט האבן! דו וועסט זיין צו שאנד און צו שפאט, יעצט ביסטו א זאך נאר ווייל דו ביסט חתונה געהאט.