מכתב יומי

כו תמוז תשפ"ב

July 25 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט (אשר בנחל חלק מא; מכתב ז' סב) עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט קומען אין שול מיט זיין זון פון פינף יאר אלט, ער פלעגט צוגיין צום ארון הקודש און אים אויסגעלערנט צו בעטן א תפילה פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אים געפרעגט: "וואס איז דאס? וואס טוסטו דא?" האט ער געזאגט: "איך וויל אויסלערנען מיין זון ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן; יעצט ווען ער איז נאך יונג וויל איך אים אויסלערנען די זאך פון תפלה והתבודדות".


א קינד וואס וואקסט אויף מיט עלטערן וואס רעדן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס פאסירט אין שטוב - רעדט מען פון אמונה; מען שרייט נישט, מען רעגט זיך נישט, און ווען מען שרייט שוין יא - שרייט מען ברכות; מען זאגט: "גם זו לטובה", "אלעס איז צום גוטן"; די קינדער וואקסן אויף גרויסע צדיקים, זיי וועלן וויסן אין זייער לעבן וואס צו טון ווען זאכן גייען פארקערט וכו'.


זע צו לערנען דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.