מכתב יומי

י אב תשפ"ב

August 07 2022

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, י"א אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, הי"ו


איר אלע ווייסן פון די גרויסע טואונגען פונעם "בית התבשיל" אין קרית ברסלב ליבערטי, וואס ווערט אנגעפירט דורך ר' שלמה יאקאבאוויטש נרו יאיר. צענדליגער משפחות באקומען עסן; די בית התבשיל פארטיילט שווערע טויזנטער דאלער יעדע וואך, ובנוסף לזה פארטיילט מען עסן פאר די גאנצע שטעטל.


על כן בעט איך ענק אלע, נעמט א חלק אין די גרויסע מצוה; זייט אייך משתתף ביי די מסיבה וואס וועט פארקומען אם ירצה ה' זונטאג פרשת עקב אין שטוב פון האברך הנ"ל, ובזכות המצוה זאלט איר זוכה זיין צו ברכות וישועות און צו א גוט געבענטשט יאר, אמן.