מכתב יומי
ו אדר א' תשע"ט
February 11 2019
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך בעט דיר טייערער ברודער, הער אויף זיך צו קריגן אין שטוב מיט דיין ווייב; דיין שטוב איז דאך ממש א גיהנום, טאג און נאכט איז מען פארנומען מיט טענות איינער אויפן צווייטן, בעט איך דיר זאלסט אויפהערן זיך צו קריגן. לעש אויס די פייער אין דיין שטוב; דו מיינסט אז ווען מען איז גערעכט איז מען גליקליך?! גליקליך איז נאר דער וואס געבט נאך פאר א צווייטן; עס איז נישט דא קיין גליקליכערער מענטש ווי דער וואס האט שלום בית.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן פב): "וּכְשֶׁרוֹאֶה אָדָם בְּעַצְמוֹ שֶׁהוֹלֵךְ לוֹ שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר, יֵדַע שֶׁיֵּשׁ לוֹ גַּדְלוּת", ווען א מענטש זעט אז אלעס גייט אים 'שֶׁלֹּא כְּסֵדֶר' - פארקערט ווי ער וויל, זאל ער וויסן אז ער האט אין זיך גאוה, ער וויל פירן די וועלט, אבער דער רבי האט פאר אים אן עצה: "יַעֲשֶׂה תְּשׁוּבָה וְיַשְׁפִּיל אֶת עַצְמוֹ", ער זאל תשובה טון, זיך אראפבייגן דעם קאפ און מסכים זיין ווי אזוי דער אייבערשטער פירט די וועלט.
נעם אריין אין דיר די מדת הסבלנות וועט זיך אלעס איבער דרייען צום גוטן, מען דארף אסאך שלינגען אין לעבן דעמאלט איז מען זוכה צו שלות הנפש. מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (בראשית מט, טו): "וַיַּרְא מְנֻחָה כִּי טוֹב וְאֶת הָאָרֶץ כִּי נָעֵמָה, וַיֵּט שִׁכְמוֹ לִסְבֹּל וגו'", 'וַיַּרְא מְנֻחָה', אז מען וויל זוכה זיין צו מנוחה - צו שפירן א געשמאק אין לעבן – 'וַיֵּט שִׁכְמוֹ לִסְבֹּל', דארף מען ליידן און האבן געדולד, אזוי קומט מען אן צו האבן מנוחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.